פּרעזידענט טראָמפּ און די טראָמפּ אָרגאַניזאַציע האָבן אָנגעקלאָגט דעם פאָרזיצער פון דער קאָנגרעסיאַנאַלע איבערזיכט קאָמיטע, קאָנגרעסמאַן עליידזשע קאָמינגס, אָפּצוהאַלטן סובפּינעס פאַר פינאַנציאַלע אינפאָרמאַציע פון די פּרעזידענט'ס ביזנעסער. טראָמפּ האט גע'פייל'ט דעם לאָוסוט מאָנטאָג צופרי אין די די.סי. דיסטריקט קאָורט, נאָכדעם וואס קאָמינגס האט אויטאָריזירן סובפּינעס פאַר "מאַזאַרס יו.עס.עי. על.על.פּי.", די פּרעזידענט'ס לאַנגיאָהריגע אקאַונטענט, צוזאמען מיט עטליכע טראָמפּ אפטיילונגען.

טראָמפּ האט גע'טענה'ט מיט ברייטע באַקן אז קאָנגרעס האט בלויז איבערזיכט מאַכט ווילאַנג עס איז פאַרבינדן מיט'ן דינסט פון געזעצגעבונג.
פארזיצער קאָמינגס האט איגנאָרירט די קאָנסטיטוציאַנאַלע באַגרענעצונג אויף קאָנגרעס׳ מאַכט צו פאָרשן. אַרטיקל איינס פון די קאָנסטיטוציע טוט נישט אַנטהאַלטן אַ 'אויספארשונג פּונקט' אָדער אַ 'איבערזיכט פּונקט'. עס גיבט קאָנגרעס די מאַכט צו שאַפן געוויסע רעגולאַציעס. דאס מיינט, אויספאָרשונגען זענען לעגיטימאַט בלויז ווילאַנג זיי העלפן פאָראויסרוקן די לעגיסלאַטיווע ציהל.

דער פּרעזידענט און זיין ביסנעסער האבן אויך גע'פייל'ד פאַר אַ עיקל (צייטווייליגע אָפּהאַלט), און פאַרלאַנגט פאַר אַ קורצער צייט פאַר קאָמינגס צו ענטפערן.

זעהט די פולע געריכט דאקומענט

פון רעכט צו לינקס: פּרעזידענט דאַנעלד טראָמפּ, קאָנגרעסמאַן עליידזשע קאָמינגס



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל