צענדליגע טויזנטער אידן פון גרעיטער ניו יארק האבן זיך פארזאמלט היינט ארום דעם סקולענער בית המדרש אין בארא פארק צו באגלייטן דעם ארון פון הרה״ק רבי ישראל אברהם מסקולען זצוק״ל וועלכער איז נעכטן נסתלק געווארן אין טיפן עלטער פון 95 יאר נאכ׳ן ליגן אין שפיטאל פאר עטליכע וואכן ווען כלל ישראל רייסט איין לרפואתו.

דער רבי איז געבוירן געווארן ח״י סיון תרפ״ג אין שטאט סקולען ביים גרעניץ צווישן ראמעניע און רוסלאנד צו זיין גרויסן טאטן הגה״ק רבי אליעזר זוסיא זצוק״ל בעל נועם אליעזר, און פארברענגט זיינע יונגע יארן בצל קדשם פון הרה״ק בעל דמשק אליעזר מוויזשניץ און די צדיקים לבית רוזשין און סאדיגער. ער איז פון יונגווייז אויס איז ער געשטאנען מיט מסירת נפש צו די האנט פון זיין טאטן צו פארשפרייטן אידישקייט אונטער די ברוטאלע קאמוניסטישע רעזשים.

דער רבי איז אריבער שווערע פייניגונג אין די פינסטערע טורמעס ביז עס איז געלונגען אים צו ארויסשווערצן אינאיינעם מיט זיין פאטער קיין אמעריקע וואו זיי האבן איבערגעפלאנצט דעם הייליגן חצר אין קראונהייטס און שפעטער אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק וואו טויזנטער אידן האבן זיך מסתופף געווען בצילו די לעצטע 37 יאר וואס ער האט משמש געווען באדמורו״ת.

דער רבי איז געווען בארימט מיט זיין אויסטערלישע אהבת ישראל און זעלטענע מידות טובות, ער האט מקבל געווען בסבר פנים יפות יעדן איד, און אוועקגעגעבן זיין טייערע צייט צו מחזק זיין לבבות נשברות און טון חסד פאר יעדן איד. און טויזנטער אידן האבן געקלאמערט אויף זיינע טירן פאר חיזוק און עצות און ברכת קדשו.

ביים לווי׳ האבן זיך באטייליגט לויט שאצונגען איבער הונדערט טויזנטער אידן, און עס זענען געהערט געווארן הספדים פון בנו ממלא מקומו יבלחט״א כ״ק אדמו״ר רבי ישעי׳ יעקב שליט״א און חתנו הרה״ג רבי שמעון יואל וויינבערגער שליט״א. ביי די לווי׳ איז געקרוינט געווארן בנו בכורו אלס ממלא מקום, און די איבעריגע קינדער וועלן ווייטער שטיין בראש פון די מוסדות ״חסד לאברהם״ און פירן די עדה הקדושה יעדער איינער אין די בתי מדרשים פון חסידי סקולען איבער די וועלט

זעהט הונדערטער בילדער און ווידיאס פון די לויה אין בארא פארק און אין מאנסי


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל