די דעמאקראטיש-קאנטראלירטע ניו יארק סענאט האט אריבערגעפירט א געזעץ צו הייבן דעם עלטער וואס איז ערלויבט צו פארקויפן ציגרעטלעך און טאבאקא פראדוקטן פון 18 צו 21 יאר אלט. דער געזעץ איז שוין אריבער אינעם אסעמבלי, און גאווערנער קאומא האט שוין געזאגט אז ער וועט אונטערשרייבן דעם געזעץ, וואס וועט אריינגיין אין קראפט פיר חדשים נאכ׳ן ווערן אונטערגעשריבן. פילע לאקאלע רעגירונגען אין ניו יארק האבן שוין געהעכערט דעם עלטער אין די לעצטע יארן, און אזוי אויך זיבן שטאטן איבער אמעריקע. דער געזעץ זוכט אויך צו באקעמפן א לעצטערע אויפשטייג פון עלעקטראנישע ציגארעטלעך צווישן יוגענטליכע.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל