די קאר וואס האט געפירט די ארון מיט סקולענער רבי זצ"ל האָט איבערגעפארן די פוס פון אַ ען.וויי.פי.די. אפיציר וואס איז געווען אנוועזנד צו העלפן מיט די ריזיגע עולם, געשאצט - לויט טייל - אלס איבער הונדערט טויזנט אידן, און אן אנדערער אָפיציר איז אָנגעקלאפט געווארן אין די קאָפּ דורך אַ דראָון וואָס איז אויסגעלאפן פון ענערגיע, האט די פּאָליציי געזאָגט.

איין פאליציאנט איז אומגעפאלן ווען ער האט פרובירט צוריקצוהאלטן די ריזיגע מאסן, און איז דאן איבערגעפארן געווארן דורך די קאר וואס האט געפירט די מיטה. ער האט אַ געליטן פון א מעגליכע צעבראכענע קנעכל, האט פּאָליס קאמישאנער דזשעימס אָוניעל געזאגט אין אַ נאָכמיטאָגדיגע פרעסע קאָנפערענץ. אן אנדערע אפיציר האט אויך געליטן מינדערוויכטיגע וואונדן פון א אומלעגאלע דראָון. "א דראָון איז געקומען צו פליען פון הימל און אנגעטראפן אַ פּאָליציי-אָפיציר," האָט אָוניעל געזאָגט. "דער דראָון איז לכאורה אויסגעלאפן פון גאַז ... און עס האט געלאנדעט אויף די אָפיציר'ס קאָפּ".

זעהט הונדערטער בילדער און ווידיאס פון די לויה אין בארא פארק און אין מאנסי









באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל