פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן - ווי באריכטעט דורך אידישע נייעס - אז ער וועט באזוכן דעם פרייטאג ביים גרעניץ מיט מעקסיקא, און אדמיניסטראציע באאמטע זאגן אז דער פרעזידענט וועט מעגליך מעלדן א טיילווייזע אפשפארונג פון גרעניץ אריבערגענג צווישן אמעריקע און מעקיסקא, אין א פארזוך צו לייגן דרוק אויף מעקסיקא צו קאאפערירן מיט אמעריקע און פארהאלטן א גרעסערע צאל פליטים פון אנדערע לענדער וואס פרובירן זיך צו אריינבאקומען אין אמעריקע. אדמיניסטראציע באאמטע זאגן אז דער פרעזידענט באטראכט פארשידענע אפציעס, צווישן אנדערע צו שליסן דעם גרעניץ פאר פאסאנזשיר קארס און נאר אריבערלאזן קאמערציאלע טראקס און טרעילארס. אזא שליסונג קען ברענגען שווערע עקאנאמישע נאכפאלגן פאר אמעריקע און מעקסיקא, און רעפובליקאנער געזעצגעבער פרובירן צו לייגן דרוק אויף די אדמיניסטראציע צו אפהאלטן אזא דראסטישע שריט.
דער פרעזידענט באטראכט אויך א פלאן צו נאמינירן אן אימיגראציע צאר וועלכע וועט קאארדינירן די באמיאונגען פון פילע רעגירונג אגענטורן צו לינדערן דעם קריזיס ביים גרעניץ, און עס ווערן באטראכט צווישן אנדערע דער געוועזענער קענסאס סעקערטערי אוו סטעיט קריס קאובאך און דער געוועזענער ווירדזשיניע אטוירני דזשענעראל קען קוטשענילי.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה