היימישע טאלאנטפולע אינגעלייט האבן זיך צוזאמגענומען צו צונויפשטעלן א נאכט פון "שירים ושיעורים", אבער עטליכע דיינים האבן ארויסגעגעבן זייער דעת תורה אז מען טאר נישט גיין דארט, אהן אנגעבן א סיבה דערפאר.

אין לעצטע יאהרן זענען ארגענאזירט געווארן אהן א שיעור היימישע שפילן, סיי דורך די חסידות אלס א פארשטעלונג פאר זייער רבי און סיי דורך צדקה ארגאניזאציעס ביי פאנדרעזינג, אלעס צו ציען א גרעסערע עולם צו זייער צוועק. אין די זעלבע צייט, ווען כלל ישראל קוקט צו מיט פארצווייפלונג וויאזוי די זעלבס-דערקלערטע פירער ווען כסדר מער ראדיקאלעזירט פון יאר צו יאר. אינדערצייט וואס זייער אייגענע סדר היום ווערט אלץ מער אויסגעשטעלט ווי א קעניג פון די מיטלאלטער, מיט זייער לבוש, זייער קאר, זייער וואקאציע, זייערע שטייערן אויף די קהילות צו באצאהלן פאר זייער שווענדערישע לעבסשטייגער, און זייערע קינדער אלס בני מלכים, אין די זעלבע צייט פארלאנגען זיי פון די פשוט'ע מענטשן העכערע מדריגות וואס זיי קענען נישט מסביר זיין מיט סיי וועלכע שפראך.


די חול המועד, אזויווי עס איז שוין איינגעפירט פאר לאנגע יארן, איז ארגענאזירט געווארן היימישע צוזאמקומען פון פארשידענע סארטן. איינע פון די מסיבות, האט זיך פאררופן "שירים ושיעורים", אבער - אנדערש ווי געווענליך - איז געווען מער אויסגעשטעלט מיט א שטארק דערהויבענע רוחניות'דיגע אַטמאָספער. אנגעהויבן פון די באצויבערטע מגיד שיעור הר"ר אברהם מרדכי מלאך שליט"א וואס האט שוין אויפגעטרעטן ביי אסאך היימישע שוהלן און ישיבות, און נאכגעפאלגט ביי א הערליכע קומזיץ ווי אידן זיצן צוזאמען און זינגען שירות ותשבחות פאר'ן באשעפער. דאס איז נישט סתם געזאגט, נאר טאקע א גאר ערנסטע געמיט מיט געקליבענע אור-אלטע ניגונים, אריינגערעכנט אויסצושמועסן אירע מקורות. די מסיבה איז געווען אויסגעשטעלט אין א ספעציעלע קלימאַט פון רואיגקייט און איידלקייט, ווי קיין שום טעלעפאון - אריינגערעכנט פליפּפאונס - איז נישט ערלויבט געווארן אין זאל. קינדער זענען אויך נישט אריינגעלאזט געווארן, צו אנהאלטן די ערנסטע כאַראַקטער פון די נאכט.

ערשט איז אלעס אריבער גלאטיג, מיט וואכן וואס די פלאקאטן זענען ארויסגעשטעלט געווארן איבער די מסיבה, און קיינער האט זיך נישט אנגערופן מיט עפעס א קעגנשאפט. אין די לעצטע מינוט - ווייניגער פון א מעת לעת איידער די טירן האבן זיך געעפנט - זענען דריי דיינים וואס זענען אייגעשטעלט אין סאטמאר ארויסגעקומען מיט א איסור קעגן די צוזאמקום, אהן זיך אפשטעלט פאר א סעקונדע צו ערקלערן אויף וואס זיי בויען די איסור. עס האט נישט געדויערט מער ווי א אפענע אויג צו באמערקן אז סאטמאר האט געהאט ארגענאזירט א אייגענע צוזאמקום פון די זעלבע נאכט אין די ויואל משה זאל, און האב פילייכט נישט געוואלט איינשטעלן א שיטערע עולם צוליב די אנדערע צוזאמקום... עס ווערט געגלייבט אז די אונטערשרייבערס זענען אריינגעפאלן אין די פאסקע פון די ראדיקאלע פארשוינען וואס פארנעמען זיך כסדר מיט איינזאמלען חסימות ווען אימער מען קען זיך נאר ארויסשטעלט קעגן עפעס, נאר עס האט זיי פשוט נישט געפאסט צוריקצוציען דערפון, און האבן זיך דערפאר נאכמער ארויסגעשטעלט מיט זייער קעגשאפט, גראבענדיג א טיפערע גרוב אונטער זיך. געוויסע האבן פארטיידיגט דעם דעת שאין בו דעת, אז די דיינים האבן נעבעך נישט קיין פארשטאנד איבער די נושא, און לאזן זיך פארפירן דורך געציילטע באַנדיטן וואס באנוצן זיך מיט סטראַשע און טעראר צו באקומען זייער אונטערשריפטן, אנדערע האבן ארויסגעברענגט אז די אונטערשרייבערס טוען דאס שוין פאר לאנגע יארן, און האבן געהאט זייער שאנס צו קומען צום שכל.

אידן בני יראת שמים וואס האלטן זיך אייביג צום די אלגעמיינע דעת תורה האבן זיך דערזעהן זייער צומישט, אבער דאס האט זיך געשווינד געטוישט צו אנטוישונג און דאן צו צארן און שטורם. אין א פארצווייפלטע פארזוך זיך צו פארטיידיגן קעגן די שטארקע אויפברויז, איז פארגעקומען א כינוס אין די סאטמאר ביהמ"ד אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג, ווי רעדנער (הערט אודיא ביים ענדע) האבן פרובירט צו פארענטפערן די שרעקליכע עוולה ווי די דייני הקהלה האבן זיך אומפאַראַנטוואָרטליך ארויפגעווארפן אויף חסידים ואנשי מעשה און זיי צוגענומען די תענוג יו"ט וואס האט נישט ווייניגער אינהאלט פון א רעבישע טיש. אין די רעדעס זענען אויפגעברענגט געווארן אז די סיבה פונעם איסור דארף נישט זיין אז עפעס איז אומריכטיג דעמיט, נאר סתם אלס לא תעשון כן להשם אלוקיכם. "מען דארף נישט מסביר זיין וואס עס טויג 'נישט'", האט איינער געזאגט, כאילו דער גוי פארשטייט בכלל וואס א קומזיץ... יענער איז אנגעגאנגען צו דערקלערן אז "יעדע זאך קען מען אריינלייגן אז מען האט א כוונה טובה", מיינענדיג אז דערמיט איז אפגעוואנדן מיט א ליצנות אחת יעדע צונויפקום אויסער אויב א רבי זיצט אויפ'ן אויבן-אן... דער זעלבער האט צוגעענדיגט מיט - להבדיל - די גמרא "היום אומר לו עשה כך, ולמחר אומר לו עשה כך, עד שאומר לו עבוד עבודה זרה". קיין גראָדע פנים איז נישט געזעהן געווארן אין שוהל נאך די פארקרומטע דעמאַגאָגיע.








קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל