אַן אַקאַונטענט האט פארלוירן איר דזשאב נאָכ'ן באַזידלען אַ מענטש אין פובליק און אָנליין פאַר'ן טראָגן אַ "מאַך אַמעריקע גרויס ווידער" היטל אין אַ סטאַרבאָקס אין פּאַלאָ אַלטאָ. די קאָנפראָנטאַציע האט פּאַסירט ביי די קאַוועהויז אויף קאַליפאָרניע עוועניו מאנטאג, וואָס איז געשווינד געגאנגען וויירעל אויף סאָשעל מידיא. "איר ווייסט, אַמעריקע איז נאָך אַ פרייע לאַנד. ריכטיג?" האט געזאגט דער 74 יעהריגער וויקטאָר, אַ שטיצער פון דעם פּרעזידענט וואס וואוינט אין פּאַלאָ אַלטאָ. וויקטאָר האט געמיטליך שפאצירט אויף קאַליפאָרניע עוועניו מיטוואך, נאָכאלץ אָנהאָבענדיג די רויטע הוט וואָס האט געברענגט די ווילדע קאַנפראנטאציע ביי סטאַרבאַקס.

"דער צודרייטער פרוי איז צוגעקומען צו מיר און אנגעהויבן שרייען אויף מיר. זי האט זיך אויסגעדרייט צו די איבריגע מענטשן אין סטאַרבאַקס און געזאגט, 'רבותי, דאָ איז דער ראַסיסט. ער האט פיינט ברוינע מענטשן, ער איז משוגע, ער איז אַ נאַצי", און אַזוי ווייטער, האט וויקטאָר דערציילט. די פרוי, רעבעקאַ פּאַרקער מענקי, האט זיך גענומען אפכאפן בילדער פון אים און זיי ארויפגעשטעלט אויף איר פעיסבוק בלאַט, זאגענדיג אז זי גייט אים פארשעמען, פאראורזאכן ער זאל אויפגעזאגט ווערן, ארויסגעווארפן ווערן פון קהילות און אז זי וועט מארשירן אויף זיין גאַס.

וויקטאָר זאגט זי האט דאן פארלאזט די געשעפט, אבער איז צוריקגעקומען נישט לאנג שפעטער און פרובירט נאכאמאל אויפצוהעצן די מענטשן אין סטאַרבאַקס. זי איז אנטוישט געווארן אז קיינער איז איר נישט געקומען צו הילף. למעשה האט פאסירט דאס פאַרקערטע. מען האָבן אנגעהויבן פייניגן פּאַרקער מענקי'ס פאמיליע און איר ארבעטספלאץ גריפאָן סטרינדזש'ד אינסטרומענטן, וואו זי איז געווען אַן אַקאַונטענט, ביז די אייגענטומער - איר פריינד פון נאך אלס קינד - האט באַשלאָסן איר ארויסצוווארפן נאָכן לייענען אירע פעיסבוק פירקלערייען. "מיר האלטן אַז מוזיק פאראייניגט מענטשן, אלזא צו האבן איינעם וואס קען מאַכן אזעלכע באַמערקונגען וואָס זענען אַזוי קריגעריש איז נישט אויסגעהאלטן מיט אונזער ווירדן", האט אייגענטומער ריטשארד דזשאנסאָן געזאגט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל