איין מענטש איז ליידער אומגעקומען און דריי אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן נאכדעם וואס אַ פארשוין האט געעפנט פייער אין אַ חב"ד שוהל אינדרויסן פון סאַן דיעגאָ, קאַליפאָרניע בשעת די תפלות שב"ק פארמיטאג (אחרון של פסח), האבן אויטאריטעטן געזאגט. א מענטש איז פארהאלטן געווארן און אויטאריטעטן האבן געהעכערט פּאַטראָל ביי סטראַטעגישע ערטער אלס אַ באַוואָרעניש, האט די פּאָוועי פּאָליציי געזאגט פּונקט זעקס חדשים נאָך אַ שיסעריי ביי אַ פּיטסבורג סינאַגאָג וואו עלף זענען געהרגעט געווארן אין די טויטליכסטע אטאקע אויף אידן אין די אמעריקאנער געשיכטע. א מיידל און צוויי מענער, אַריינגערעכנט דער רב הרב ישראל גאלדשטיין, זענען אויך פארוואונדעט געווארן, אָבער זענען אין א סטאַבילע צושטאַנד. אויטאָריטעטן האבן אידענטיפיצירט די אומגעקומענער, אלס אַ עלטערע פרוי וואָס איז געווען אין דער שול, און איז אומגעקומען פון אירע וואונדן אין די שיסעריי.

פּאָליציי האט געזאגט אז דעם שיסער, דער 19-יעהריגער דזשאן ערנעסט, האט גענוצט אַ עי-אר-15 סארט ביקס. אויספארשערס האבן איבערגעקוקט זיין סאָשעל מידיאַ אקטיוויטעטן און באשטעטיגט די לעגיטימאַציע פון אַ אפענע בריוו ארויסגעלייגט אָנליין מיט אַנטיסעמיטישע סענטימענטן און וואָס שרייבט אז דער שיסער איז אינספּירירט געווארן דורך אַ אטאקע פאריגע חודש אויף אַ מעטשעט אין ניו זילאַנד.

השם ינקום דמם!



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל