די וועלט איז אויפגעטרייסלט געווארן פון א ברוטאלן מאסן מארד שיסעריי וואס איז דורכגעפירט געווארן אויף צוויי מוסולמענער מעטשעטן פרייטאג נאכמיטאג אין ניו זעלאנד, ווען א ווייסער ראסיסט, ברענטאן טאראנט, האט אריינגעשטורעמט אין איין קירכע מיט צוויי ביקסן און האט געשאסן ארום הונדערט מוסולמענער ווען זיי האבן געהאלטן אינמיטן זייערע פרעפלערייען. ער האט געוויזן "לעבעדיג" דאס שיסעריי אין א שוידערליכן ווידעא וואס איז באלד ארויף אויפ'ן אינטערנעט.

א צווייטע אטאקע איז דורכגעפירט געווארן אויף א צווייטן מעטשעט נישט ווייט פון דארט, מיט נאך טויטע און פארוואונדעטע, און ווער ווייסט וואס נאך ער האט געהאט אין פלאן, אבער ער איז דאן געכאפט און ארעסטירט געווארן דורך די פאליציי.

פרייטאג אווענט האט שוין די צאל טויטע פון די צוויי אטאקעס געהאלטן ביי 49, און עס זענען אויך געווען איבער 40 פארוואונדעטע, ארום 20 פון זיי אין א קריטישן צושטאנד.

די פאליציי האט ארעסטירט דעם מאסן מערדער און נאך דריי וועלכע זענען געווען באטייליגט אין זיין קאנספיראציע, און די אויספארשונג זעצט פאר.

גלייכצייטיג האט מען פארשטארקט די וואך ביי אלע מוסולמענער מעטשעטן אין מערערע לענדער, און אין ניו יארק איז די פאליציי באאויפטראגט געווארן מער צו פאטראלירן אויך ביי אידישע בתי מדרשים שב"ק, ווייל ווען עס קומט פאר אזא שוידערליכער אינצידענט, איז מען באזארגט אז דאס זאל נישט ח"ו ארויסברענגען ענליכע געפילן ביי אנדערע ראסיסטן אדער צעדרייטע מענטשן וואס קענען אויפגעהעצט ווערן דורך דעם דורכצופירן אייגענע אקציעס, זעענדיג וויפיל פובליסיטי מען גיט פאר אזא מאסן מערדער.

טאראנט איז אן 28 יעריגער קריסט פון אוסטראליע וועלכער איז 7 יאר ארומגעפארן איבער די וועלט וואו ער איז געווארן אנגעפיקעוועט מיט נעא-נאצי און אנדערע רעכטע-עקסטרעמיסטישע אידעאלאגיע. יארן צוריק איז זיין פאטער געשטארבן פון קענסער, און מען שפאקולירט אז ווען ער איז אוועקגעגאנגען פון זיין אריגינעלע היים שטאט האט דאס אים "צעדרייט" אז ער איז צוביסלעך געווארן אזא געפערליכער ראסיסט.

זיין פאטער איז אלט געווען בלויז 48 יאר ווען ער איז געשטארבן אין 10'. ער איז געווען אן אויסגעצייכנטער ספארטלער, און דער יונגער טאראנט האט זיך אויך געפירט מיט א שטרענגען לעבן, אויפאסנדיג אויף די דיעטע און האלטנדיג פון איבונגען. ער איז אויך געווען א "טרעינער" לערנענדיג אנדערע מענטשן ווי אזוי צו האלטן זיך אין ארדענונג, און מען האט נישט געזען קיין שום אנדייטונג אין יענע יארן אז עפעס טויג נישט מיט אים, דעריבער גלויבט מען אז די ענדערונג איז געקומען אין לויף פון זיינע רייזעס איבער די וועלט.

ער אליין האט אין זיין לענגערן "מאניפעסטא" (זעט באזונדערע באשרייבונג) געשריבן אז ער האט פארדינט געלט אין שפאקולאציעס מיט "ביטקאין" (דאס איז איינע פון די פאפולערע אינטערנעט-וואלוטעס) וואס אדאנק דעם האט ער געקענט ארומפארן אין די וועלט וואו ער האט באזוכט מערערע לענדער, אריינגערעכנט פאקיסטאן און צפון קארעא. ער איז געווארן ראדיקאליזירט אין לויף פון זיינער רייזעס, און דאס האט אים געברענגט צו דעם איצטיגן שוידערליכן מאסן מארד וואס ער האט "געטוען פאר די וועלט", ווי מען זעט פון זיין ריזיגן מאניפעסטא און אויך אז ער האט פארעפענטליכט א שוידערליכן ווידעא פון 17 מינוט ווייזנדיג ווי אזוי ער פארט צו איינע פון די מעטשעטן, און ווי אזוי ער שיסט די הילפלאזע מוסולמענער אין זייער קירכע.

די געשיכטע האט זיך אנגעהויבן פרייטאג 1:40 נאכמיטאג ווען עמיצער האט טעלעפאנירט די פאליציי איבער א שיסעריי אין דעם מאסיד על-נור מעטשעט. ארום א שעה שפעטער איז געקומען א באריכט אז עס איז שוין דא 6 טויטע. נאך א שעה שפעטער האט מען געהערט אז די שיסערייען האלטן אן און מען האט ארעסטירט איין פארדעכטיגטן.

וויבאלד מען האט געהערט די ערשטע באריכטן פונעם שיסעריי, האט די פאליציי באפוילן אז מענטשן זאלן בלייבן אין שטוב און מען זאל באריכטן אלע פארדעכטיגטע אויפפירונג וואס מען זעט. מען האט געשלאסן אלע שולעס אין די שטאט, אין יוצא ואין נכנס, קיינער קען נישט אריין אדער ארויסגיין, ביז מען וועט פארזיכערן אז דער געפאר איז פאריבער.

די ערשטע באריכטן איבער א קאר מיט א באמבע וואס מען האט געפינען אויף א גאס נישט ווייט פונעם מעטשעט איז אריינגעקומען 3:33 נאכמיטאג.

ערשט 5:27 האט מען געהערט די ערשטע באריכטן פון דעם צווייטן שיסעריי אין דעם לינוואוד מעטשעט. די נייעס איז זייער פארזיכטיג און לאנגזאם ארויסגעקומען פון ניו זעלאנד, זייענדיג שטרענג קאנטראלירט דורך די פאליציי אז דאס זאל נישט שטערן זייער אויספארשונג, ווייל זיי האבן געוואלט קענען ארעסטירן און אידענטיפיצירן אלע פארדעכטיגטע.

ערשט 7:26 אווענט, האט מען געהערט אז איבער 40 מענטשן זענען אומגעקומען, און 8 מינוט שפעטער האט מען אויך געהערט אז 49 מענטשן ווערן באהאנדלט אין שפיטאל. שפעטער איז די צאל טויטע געשטיגן צו 49.

די פרעמיער מיניסטער פון לאנד, דזשאסינדא אדערן, האט באצייכנט דעם אינצידענט ווי איינע פון די פינסטערסטע טעג אין ניו זעלאנד.

שפעטער איז באשטעטיגט געווארן דורכ'ן פרעמיער מיניסטער פון אוסטראליע סקאט מאריסאן, אז איינע פון די ארעסטירטע איז פון אוסטראליע.

מען האט אנגענומען אויסטערלישע זיכערהייט באווארענונגען, ווי צ.ב.ש. מען האט עוואקואירט די באן סטאנציע אין אוקלענד, די הויפטשטאט פון לאנד, ווען מען האט געפינען רענצליך אן דעם באלעבאס. מען האט פעסטגעשטעלט אז די רענצליך זענען אומשעדליך, און די באנען האבן דערנאך ווייטער געקענט פארן ווי געהעריג.

מען האט ארום 12:00 אזייגער ביינאכט עוואקואירט הייזער ארום א פארדעכטיגן הויז אין דונעדין וואס איז 240 מייל דרום פון דעם שיסעריי, ווייל אויך דארט האט מען פארדעכטיגט אז עס האבן זיך געפינען טייל פון די טעראריסטן באנדע. (טרארנט האט דאך געשריבן אז אריגינעל האט ער דארט געוואלט דורכפירן זיין אטאקע.)

די אויספארשונג גייט נאך אן אויפ'ן העכסטן פארנעם, דאס גאנצע לאנד איז געשטעלט געווארן אויף דעם העכסטן וואכזאמקייט שטאפל, און מען האט אויך אנגענומען שטרענגערע באווארענונגען אין אנדערע לענדער.

מען ערווארט אז אין צוגאב צו די דריי ארעסטירטע, וועט ווארשיינליך נאך קומען אנדערע ארעסטן.

פרעזידענט טראמפ האט שארף פארדאמט די אטאקע פרייטאג צופרי, (אין וואשינגטאן, איז דער זייגער 17 שעה פריער ווי אין ניו זעלאנד), נאכדעם ווי מען האט געזען אז טאראנט איז געווען א שטיצער, און האט שטארק געשעצט פרעזידענט טראמפ.

די 2 גאזאלין קאנעס מיט וואס ער האט געוואלט פארברענען דעם מעטשעט. אויך זעט מען די צייכענונגען פון אנדערע מאסן מערדער אויף די ביקסן

טאראנט פּלאנירט שוין א לענגערע צייט צו טוען עפּעס אזא זאך. ער איז באצייכענט געווארן דורך דעם פּרעמיער מיניסטער פון אוסטראליע, סקאט מאריסאן, אלס אן "עקסטרעמיסט, רעכטער-פליגל, געוואלדטאטן טעראריסט". טאראנט שרייבט דאך אויף זיך אליין אז ער איז "א פּריוואטער און צוריקגעצויגענער פּערזאן", אבער ער האט באשלאסן אויפצוקאכן געוואלדטאטן און שאפן "אן אטמאספערע פון שרעק" פאר מוסולמענער. ער פּלאנירט שוין די אטאקע צוויי יאר (זינט טראמפּ איז געווארן פּרעזידענט אין אמעריקע, וועמען ער שעצט).

ער שרייבט אז ער האט באקומען די אינספּיראציע פאר די אטאקע פון אן אינצידענט אין שטאקהאלם, שוועדן, פון 17', ווען א מוסולמענער פון אוזבעקיסטאן, ראכמאט אקילאוו, וועלכער האט געזוכט אזיל רעכט אין שוועדן האט גע'הרג'עט 5 מענטשן מיט זיין טראק.

די שיסעריי


עס איז שוידערליך וואס עס האט זיך אפגעשפילט, וואס כאטש דאס איז נישט די ערשטע מאסן-מארד שיסעריי, און וועט ליידער ווארשיינליך אויך נישט זיין די לעצטע, איז אבער דאס מאל אנדערש, ווייל דער רוצח האט פאטאגראפירט אלעס אויף ווידעא אויף ווי ווייט מעגליך, און האט דאס ארויפגעשטעלט אויפ'ן אינטערנעט.

ער האט געהאט ווייניגסטענס זעקס גאנס פון פארשידענע סארטן אין זיין קאר און מען זעט ווי ער הויבט אן צו שיסן ווען ער דערנענטערט זיך צו די טיר פון מעטשעט.

אינעווייניג האט ער געשאסן אויף יעדן וואס ער האט געזען. איין פארוואונדעטער האט פרובירט אוועקצוקריכן, אבער טאראנט האט רואיג אריינגעלייגט א פריש פעקל קוילן אין זיין ביקס און האט דערשאסן צום טויט יענעם פארוואונדעטן.

ער האט געשאסן אויף די מוסולמענער אין די קירכע ווען ער האט אפילו אפטמאל נישט געקוקט וואו ער שיסט. ער האט מערערע מאל געמוזט אריינלייגן פרישע קוילן אין זיינע צוויי ביקסן. מען קען הערן אויף טעיפ אז ווען דער גערודער פון זיין שיסעריי שטעלט זיך אפ, ווען ער דארף אריינלייגן פרישע קוילן, הערט מען דאס הארצרייסנדע קרעכצן פון די פארוואונדעטע, און דערנאך הערט מען נאכאמאל דאס קול פון די שיסערייען.

עטליכע מאל האט ער זיך געשטעלט העכער די פארוואונדעטע מענער, אריינגעלייגט פרישע קוילן און געשאסן מערערע מאל אויף זיי צו זיין זיכער אז זיי זענען טויט.

דערנאך איז ער ארויסגעגאנגען און האט ווייטער געשאסן. ער איז צוריקגעגאנגען צו זיין קאר און האט איינגעטוישט זיין סעמי-אויטאמאטישן "שאטגאן" פאר א געווענליכע ביקס, און ער איז צוריק אריינגעגאנגען אין די קירכע. ער האט צושפאצירט צו א הויפן טויטע אדער פארוואונדעטע און ער האט אנגעהויבן שיסן די געפאלענע אין זייערע קעפ, צו פארזיכערן אז זיי זענען טויט.

ווען ער איז שוין געווען צופרידן אז יעדער איז טויט, איז ער ארויסגעלאפן אינדרויסן און ווען ער האט געזען אין הויף א פרוי, האט ער אויך זי געשאסן. זי איז אראפגעפאלן, און מען הערט און מען זעט ווי זי ליגט מיט'ן פנים אראפ און זי בעט זיך "העלף מיר, העלף מיר," און טאראנט האט זיך אריבערגעבויגן און האט זי געשאסן צוויי מאל אין איר קאפ. זיין רציחה איז אבער נאכנישט געווען געזעטיגט, ער איז באלד אריין אין זיין קאר און האט איבערגעפארן די טויטע פרוי און האט געשאסן נאך איינעם דורך זיין פענסטער. אוועקפארנדיג, דרוקט ער אויס זיין באדויערן אז ער איז נישט געבליבן לענגער און "פארברענט דעם מעטשעט ביז צו דער ערד".

אין א פריערדיגן בילד האט ער געוויזן אז ער האט געהאט צוויי קאנעס גאזאלין אין די קאר. ער באקלאגט זיך אז ער האט נישט געהאט קיין צייט אפילו געהעריג צו צילן ווייל עס איז געווען אזויפיל צילן (מענטשן).

מען זעט טאקע פון בילדער אינעם מעטשעט ווי עס זענען געווען איבערלעבער וואס האבן פרובירט ארויסצוהעלפן פאר די פארוואונדעטע.

טאראנט האט געשריבן אין זיין מאניפעסטא, אז ער האט אריגינעל געוואלט באשיסן א מעטשעט אין דונעדין, אבער נאכדעם ווי ער האט באזוכט די צוויי מעטשעטן וואו ער האט עווענטועל דורכגעפירט זיין אטאקע און ער האט געזען אז מען האט פארשוועכט א (קריסטליכע) קירכע וואס איז פארוואנדעלט געווארן אין א מעטשעט אין עשבורטאן, האט ער געטוישט זיינע פלענער, ווייל אין די צוויי מעטשעטן וואו ער האט אטאקירט, זענען געווען "פיל מער אינוואדירער", וואס אזוי באצייכנט ער מוסולמענער וואס האבן זיך באזעצט אין דעם לאנד. דריי מאנאטן צוריק, האט ער באשלאסן וועלכע מעטשעטן צו אטאקירן.

עס האט געהערשט א גרויס צעמישעניש ווי פארשטענדליך, און אריגינעל האט מען באריכטעט אז עס איז געווען שיסערייען אין דריי פּלעצער, אין איין מעטשעט אין קריסטטשורטש, אין דעם דרום אינזל פון לאנד ארום 1:30 נאכמיטאג, און ארום די זעלבע צייט איז געווען א שיסעריי אין א צווייטן מעטשעט אין לינוואוד וואס איז ארום 10 קילאמעטער פון דעם ערשטן מעטשעט, האט אויסגעזען וואס דאס איז געווען א צווייטער שיסער, און מען האט אויך געהערט אז עס איז געווען א שיסעריי אין דעם קריסטשורטש שפּיטאל. עטליכע שעה שפּעטער האט די פּרעמיער מיניסטער פון לאנד, דזשאסינדא ארדערן, געזאגט אז די מעטשעטן זענען געווען די איינצעלנע צילן פון די מערדער, אבער זי האט יא באשטעטיגט אז מען האט געפינען מערערע באמבעס צוגעטשעפּעט צו די צוויי קארס פון די אנפאלער וואס זענען געווען נעבן דעם מעטשעט, אבער די פּאליציי האט געקענט אנטוואפענען די באמבעס באצייטענס.

דער "מאניפעסטא"

רוצח האט באקומען אינספּיראציע פון נארוועגישן מאסן מערדער

דער רוצח ברענטאן טאראנט האט פארעפנטליכט אויפ'ן אינטערנעט א "לאנגע מגילה" פון 73 זייטן אנגעפולט מיט האס, אלס פארבערייטונג צו דעם מאסן מארד וואס ער האט בלויז עטליכע שעה שפּעטער דורכגעפירט מיט זיין שיסעריי אויף צוויי מעטשעטן. ער האט געשריבן ווי אזוי ער האט באקומען זיין אינספּיראציע פון דעם מאסן מערדער ענדערס בערינג ברייוויק, וועלכער האט אויסגע'הרג'עט 77 מענטשן אין נארוועגיע אין 2011.
דער "מאניפעסטא"

דער רוצח האט אויך מיט דעם נאכגעטוען דעם מאסן מערדער פון נארוועגיע, ווען ברייוויק האט פארעפנטליכט א ריזיגן דאקומענט פון איבער 1,500 זייטן אבער יענער איז געווען מער מסודר מיט זיינע העצערישע אייסערונגען, ווען דער איצטיגער "מאניפעסטא" איז אביסל מער "צעפארן".
ברייוויק האט גע'הרג'עט אכט מענטשן מיט א קאר באמבע אין אסלא, נארוועגיע, דערנאך האט ער אויסגעשאסן 69 יוגענטליכע אין א זומער קעמפ אויף אן אינזל וואס איז אנגעפירט געווארן דורך דעם יוגנט פליגל פון די ארבייטער פּארטיי. עס איז געווען א שוידערליכע שחיטה ווען די מענטשן האבן פּשוט נישט געהאט וואו צו אנטלויפן, ווי אזוי צו ראטעווען זיך. מען האט געכאפּט ברייוויק און מען האט איבאם געשטראפט, אבער אזוי ווי אין אייראפּע שטייט מען אוועק פון טויט שטראף, האט ער באקומען א טורמע אורטייל פון בלויז 21 יאר!...
מען האט אים באשטראפט מיט בלויז ארום 5 וואכן טורמע פאר יעדן מענטש וועמען ער האט גע'הרג'עט ר"ל!..
עס איז גאנץ מעגליך אז טאראנט האט טאקע דאס אויך גענומען אין חשבון, האפנדיג אז אויך ער וועט אזוי לייכט אפּקומען אין ניו זעלאנד, ווייל ער האט דאך נישט דורכגעפירט קיין זעלבסטמארד אטאקע. א ווייסער ראסיסט זוכט נישט צו ווערן א מארטירער, ווייל ער ווערט נישט געטריבן פון רעליגיע, ער איז נישט אזא גלויביגער ווי די מוסולמענער טעראריסטן. אויסערדעם איז דאך דאס געווען א גוט-ארגאניזירטע זאך, ווי מען זעט פון דעם אז מען האט שוין ארעסטירט אויך אנדערע וואס האבן געהאט א טייל אין די פינסטערע קאנספּיראציע.
טאראנט האט אנגעפירקעלט אויף זיינע וואפן די נעמען פון אנדערע באקאנטע מאסן מערדער און די שטעט וואו זיי האבן דורכגעפירט זייערע רציחות. דאס האט אים געגעבן חיזוק און געטריבן צו זיין שיסעריי פון פרייטאג.
אין די 73 זייטן האט ער פארגעלייגט זיינע טענות קעגן די געזעלשאפט און אויפגעקלערט פארוואס ער האט אויסגעקליבן די מעטשעטן אין קריסטטשורטש. ער האט געשריבן אויף די ערשטע זייט זיין ציל, אונטער'ן טיטל "די גרויסע ערזעצונג", און מיט קלענערע ווערטער "צו א נייע געזעלשאפט". ער האט ארויסגעלייגט א רינגעלע מיט צייכענונגען אינעווייניג פון פארשידענע געדאנקן אזוי ווי דאס וואלט געדארפט זיין דער פּראגראם וואס ער וויל צושטאנד ברענגען, ווי צ.ב.ש.: געזעץ אין ארדענונג, עטנישע זעלבסטשטענדיגקייט, באשיצן די "ירושה" און קולטור, אנטי-אימפּעריאליזם, עדיקשן-פרייע קאמיוניטי, און נאך. אונטער דעם האט ער געשריבן: מיר מארשירן שטענדיג פאראויס.
ער שטעלט פאר פארשידענע פראגעס ווי צ.ב.ש. ער שטעלט זיך אליין פאר מיט א פראגע:
ווער ביסטו?
אויף דעם ענטפערט ער אז ער איז בלויז אן איינפאכער ווייסער מאן, 28 יאר אלט, געבוירן אין אוסטראליע צו אן ארבייטער-קלאס נידריגע-פארדינער פאמיליע.
זיינע עלטערן זענען אפּשטאמיגע פון סקאטלאנד, ענגלאנד און אירלאנד. ער איז אויפגעוואקסן ווי א געווענליך קינד אן קיין שום גרויסע פּראבלעמען. ער האט ווייניג אינטערעסע געהאט אין לערנען, ער איז קוים דורכגעגאנגען די קלאסן. ער איז נישט געגאנגען אין קאלעדזש ווייל ער האט נישט געהאט קיין אינטערעסע אין גארנישט וואס מען האט דארטן אנגעבאטן צו שטודירן.
ער האט געארבייט א קורצע צייט פאר'ן פארדינען פון אן אינוועסטמענט און ער האט גענוצט יענע פארדינסטן ארומצופארן. מער לעצטנס ארבייט ער יא צייטווייליג אבער ער פירט אויס אין זיין אריינפיר: איך בין בלויז א געווענליכער ווייסער מאן, פון א געווענליכע פאמיליע, וועלכער האט באשלאסן זיך ארויסצושטעלן צו פארזיכערן א צוקונפט פאר מיין פאלק.
דערנאך פרעגט ער זיך: פארוואס האסטו אויסגעפירט די אטאקע?
ענטפער: דאס מערסטע איז צו ווייזן פאר די אינוואדירער אז אונזערע לענדער וועלן קיינמאל נישט זיין זייערע לענדער, אונזערע היימלענדער זענען אונזער אייגענע און ווילאנג א ווייסער מאן לעבט נאך וועלן זיי קיינמאל נישט קענען אייננעמען אונזערע לענדער און זיי וועלן קיינמאל נישט ערזעצן אונזערע מענטשן.
(נאך א תירוץ איז) נקמה צו נעמען אויף די אינוואדירער פאר די הונדערטער טויזנטער טויטפאלן פאראורזאכט דורך אויסלענדישע אינוואדירער אין אייראפּעאישע לענדער דורכאויס די היסטאריע.
צו נעמען נקמה פאר'ן פארשקלאפן מיליאנען אייראפּער וועלכע זענען צוגענומען געווארן פון זייערע לענדער דורך די איסלאמישע שקלאפן האנדלער.
צו נעמען נקמה פאר די טויזנטער אייראפּעאישע לעבנס וואס זענען פארלוירן געווארן צו טעראר אטאקעס דורכאויס די אייראפּעאישע לענדער.
צו נעמען נקמה פאר אן 11 יעריג יונג מיידל אין שוועדן וועלכע איז געווען איינע פון די אומגעקומענע אין א טעראריסטישע אטאקע.
צו רעדוצירן אימיגראציע ראטעס צו אייראפּעאישע לענדער דורך איבערשרעקן און פיזיש ארויסווארפן די אינוואדירער זעלבסט.
ער שרייבט אויך אז ער האט געלייענט די באשרייבונגען פון א סאך פון די מאסן מערדער אבער ער האט בלויז גענומען עכטע אינספּיראציע פון ברייויק און שרייבט פאר זיין נאמען דעם טיטול "נייט" וואס דאס איז א פאררוף צו יענעם מאסן מערדער'ס שטיצע פאר די "נייטס טעמפּלאר", וואס איז געווען אן עקסטרעמיסטישע קריסטליכע גרופּע פון איבער 800 יאר צוריק.
זיין מיינונג האט זיך אנגעהויבן דראמאטיש צו טוישן נאך די טעראר אטאקע אין שטאקהאלם, שוועדן, אפּריל 7, 17'. (דאס מיידל איז געגאנגען צו טרעפן איר מאמע נאך די שולע ווען זי איז ערמארדעט געווארן דורך דעם איסלאמישן אטאקירער.)
אריגינעל האט ער געוואלט אטאקירן א מעטשעט אין דונעדין, דערנאך האט ער געטוישט זיינע פּלענער און איז באפאלן די צוויי מעטשעטן ווייל זיי האבן געהאט "פיל מער אינוואדירער".
ער שרייבט אויך אז נאכ'ן אטאקירן די צוויי מעטשעטן וויל ער אריבערפארן צו א מעטשעט אין אשבורטאן וואס איז א שעה וועג אויף דרום פון קריסטטשורטש. "איך בין אומזיכער אין די צייט ווען איך שרייב דאס צי איך וועל דערגרייכן יענעם ציל, עס איז א באנוס ציל," האט ער געשריבן ווען ער האט אליין אנערקענט אז ער וועט אין בעסטן פאל ארעסטירט ווערן ביי די צוויי מעטשעטן, אדער אין ערגסטן פאל, אליין געשאסן ווערן.
ער האט אריגינעל בכלל נישט פּלאנירט דורכצופירן די אטאקע אין ניו זעלאנד און ווען ער איז געקומען צו דעם לאנד האט ער דא געוואלט וואוינען בלויז צייטווייליג ווי לאנג ער מושטירט זיך צו א גרויסע אטאקע, אבער ער האט שנעל אויסגעפינען אז ניו זעלאנד שטעלט אים צו פּונקט אזעלכע גוטע צילן (מוסולמענער וועמען ער קען שיסן) ווי כאטש וועלכע אנדערע מערב וועלט מדינה. אויסערדעם וועט אן אטאקע אין ניו זעלאנד ברענגען די אויפמערקזאמקייט איבער די ווארהייט פון דעם אנגריף אויף אונזער ציוויליזאציע. מיט דעם מיינט ער, נאך זיין אנגריף אויף די מוסולמענער.
אין זיין לאנגען רעפעראט שרייבט ער אז ער האט אויך באקומען אינספּיראציע פון קאדענץ אוענס, אן אויסגעשפּראכענע שטיצער פון פּרעזידענט טראמפּ. ער שרייבט: דער פּערזאן וואס האט מיך באאיינפלוסט מער פון אלע איז געווען קאדענס אוענס, יעדעס מאל בין איך ערשטוינט געווארן פון איר טיפן בליק (אינעם פארשטאנד פונעם מצב)".
ער שרייבט:
יעדעס מאל ווען זי האט גערעדט בין איך ערשטוינט געווארן דורך איר טיפן פארשטאנד, און איר אייגענע מיינונגען האט געהאלפן שטיפּן מיך ווייטער און ווייטער אין דעם גלויבן פון (שעצן) געוואלדטאטן העכער באשיידענקייט. אוענס אליין האט ארויסגעלייגט אויף איר טוויטער א סימבאל פון א פּנים וואס וויינט, אזוי צו ווייזן איר סימפּאטיע מיט די געליטענע אין ניו זעלאנד.
גראדע איז אוענס א שווארצע פרוי, וואס איז א זעלטנהייט אז ביי די שווארצע זאל זיין אזא רעכטע-עקסטרעמיסט, און זי איז קריטיקירט געווארן ווען זי האט צום ערשט ארויסגעלייגט א לאכעדיגן פּנים סימבאל (דאס רופט מען "אימאזשי", און מען נוצט אזעלכע סימבאלן אויף די געזעלשאפטליכע מידיא) ווען איר ערשטע רעאקציע האט זיך אנגעהויבן מיט די בוכשטאבן "על או על", וואס מיינט, אז ס'איז א געלעכטער, אבער זי האט דערנעבן געלייגט דאס וויינענדיגע פּנים, און זי האט זיך גע'עקשנ'ט טראץ א סאך קריטיק אויף איר טוויטער אקאונט, אז זי איז נישט געווען די אינספּיראציע פאר דעם מערדער. זי טענה'ט אז זי איז א שעיר לעזאזל פון די "ראסיסטישע ליבעראלן" פאר די אטאקע.
טאראנט אליין האט אבער געשריבן אז טייל פון די עקסטרעמע שריט וואס אוענס פארלאנט איז שוין "צו פיל, אפילו פאר מיין געשמאק."
אויך שרייבט ער, אז ער האפט אז דאס (שיסעריי) וועט ברענגען צו א ברידער קריג און וועט עווענטועל פירן צו "באלקאניזירן אמעריקע", וואס דאס איז אן אויסדרוק וואס מען נוצט, אלס א פאררוף צו די באלקאן לענדער (יוגאסלאוויע), וועלכע זענען צעטיילט און צעשפּליטערט געווארן אין מערערע לענדער צוליב זייערע רעליגיעזע און עטנישע דיפערענצן.
ווי מיר האבן שוין געשריבן אין די נייעס, האט פּרעזידענט טראמפּ פרייטאג פארטאגס אויסגעדרוקט זיינע ווארימסטע סימפּאטיע געפילן פאר'ן פאלק אין ניו זעלאנד און האט זייער שארף פארדאמט דעם שוידערליכן מאסן מארד, און האט אנגעבאטן אמעריקע'ס שטיצע און הילף פאר ניו זעלאנד מיט אלעם וואס נאר מעגליך.
ער אידענטיפיצירט זיך אבער אויך אלס א שטיצער פון טראמפּ, באצייכענענדיג דעם אמעריקאנער פּרעזידענט אלס א "סימבאל פון באנייטע ווייסע אידענטיטעט און א געמיינזאמען ציל", אבער ער באטראכט אים נישט ווי א "פּאליסי מאכער".
ער שרייבט אין זיין פארמאט פון פראגע-ענטפער:
ביסטו געווען אדער ביסטו א שטיצער פון דאנאלד טראמפּ?
ער ענטפערט אויף דעם:
אלס א סימבאל פון באנייטע ווייסע אידענטיטעט און געמיינזאמען ציל? זיכער. אלס א פּאליסי מאכער און פירער? טייערער באשעפער, ניין.
מען זעט אז ער האט מיטגעהאלטן די אמעריקאנער אינערליכע פּאליטיק אין באצוג צו די טראמפּ פּאליסיס פון זיין שרייבן:
איך האב אויסגעקליבן גאנס פאר די ווירקונג וואס דאס וועט האבן אויף געזעלשאפטליכע שמועסן, די באזונדערע מידיא דעקונג וואס דאס וועט צושטעלן און די ווירקונג וואס דאס וועט האבן אויף די פּאליסיס פון אמעריקע און דורכדעם אויף דעם פּאליטישן מצב פון די וועלט.
אמעריקע איז צעריסן אין א סאך פראקציעס דורך איר צווייטן אמענדמענט (וואס גאראנטירט גאן-רעכטן), דורך סטעיט, געזעלשאפטליכע, קולטוראלע און דאס וויכטיגסטע, ראסע ליניעס.
מיט גענוג דרוק, וועט דער לינקער פליגל אין אמעריקע זוכן אפּצושאפן דעם צווייטן אמענדמענט, און דער רעכטער פליגל אין אמעריקע וועט דאס זען ווי אן אטאקע אויף זייער סאמע פרייהייט. (ער נוצט דא ביידע אויסדרוקן פאר פרייהייט, "פרידאם" און "ליבערטי".)
דער דאזיגער פארזוך אפּצושאפן די רעכטן דורך די לינקע, וועט ברענגען א דראמאטישע צעטיילונג פון דעם פאלק אין אמעריקע, און עווענטועל א שפּאלט פון אמעריקע לויט קולטור און ראסן ליניעס.
זיין חלום איז געווען אויפצוהעצן א ראסע קריג, דורך זיין איצטיגע אטאקע וואס ער האט געהאפט אז דאס וועט נאכגעטוען ווערן דורך אנדערע.
טאראנט האט זיך אריבערגעצויגן קיין ניו זעלאנד דארטן צוצוגרייטן די אטאקע, כאטש אריגינעל האט ער פּלאנירט דאס צו טוען אין אוסטראליע. ער איז געגאנגען קיין ניו זעלאנד ווייל דאס ווערט באטראכט ווי איינע פון די פארזיכערסטע לענדער אין די וועלט, האט ער געוואלט ווייזן אז דוקא אין דעם לאנד קען ער דאס דורכפירן, און די מוסולמענער זאלן זיך נישט שפּירן פארזיכערט אין קיין שום פּלאץ אויף די וועלט!
ווען ער האט גערעדט פון דעם אוזבעקער מאסן מערדער, וואס ער האט געוואלט איצט נקמה נעמען אויף יענעם שוועדישן מאסן מארד, ברענגט ער ארויס אז ער איז אן אייראפּעער, און ער דערמאנט עס מערערע מאל אין זיין לאנגע מגילה.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל