פאליציי האט געבעטן הילף פונעם פאבליק צו טרעפן א פרוי וועלכע האט דורכגעפירט א היט-ענד-ראן עקסידענט אין בארא פארק אין וועלכע א 14 יעריג מיידל איז פארוואונדעט געווארן. פאליציי האט אידענטיפיצירט די דרייווער אלס 49 יעריגע יוליע ליטמאנאוויטש פון סטעטן איילענד. פאליציי זאגט אז זי האט לאנגע רעקארד פון פארברעכן, אריינגערעכנט אן ארעסט איבער איר ראלע אין מארד פון א פאליציי אפיציר מיט איבער צוואנציג יאר צוריק, און פארלאנגט אז מען זאל רופן פאליציי אויב מען האט אינפארמאציע איבער וואו זי געפונט זיך.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה