א פארשוין אין וואשינגטאן סטעיט איז ארעסטירט געווארן נאכ׳ן מאכן דראאונגען אויף די אינטערנעט איבער זיינע פלענער צו דורכפירן א מאסן מערדעריי קעגן אידן. זאגנדיג אז ער וויל דורכפירן ״א דילאן רוף אקט״ זיך באציענדיג דערמיט צום ווייסן ראסיסט און נעא-נאצי וועלכער האט ערמארדעט ניין שווארצע אין א קירכע אין סאוט קאראליינע. דער 20 יעריגער דעקאטע ריעד האט געזאגט אז ער פלאנט צו אומברענגען ״אמווייניגסטנס דרייסיג אידן״ אין א מאסן שיסעריי. די אנטי-דעפעמאציע ליגע האט איבערגעגעבן פאר די עף-בי-איי דעם דראאונג וואס ער האט געמאכט אויף סאציאלע מידיע און ער איז ארעסטירט געווארן און ווערט אנגעקלאגט מיט צוויי קלאגעס.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה