דער געוועזענער פרעזידענט פון פערו עלען גארסיע האט זיך אליין אומגעברענגט ווען פאליציי זענען געקומען אים ארעסטירן איבער קארופציע קלאגעס וואס זענען פארבינדען צו א באן פראיעקט וואס ער האט געבויט דורכאויס זיין טערמין אלס פרעזידענט צווישן 2006 און 2011 און לויט די פארדאכטן האט ער באקומען שוחד פון די פירמע וואס האט געווינען דעם קאנטראקט. גארסיע איז שוין אונטער אויספארשונג פאר א לאנגע צייט און ער האט עפנטליך אפגעווארפן די באשולדיגונגען אלס פאליטישע מאטיווירט און האט אויך פרובירט צו באקומען אזיל רעכטן אין אורגוואי. דער טויט פון גארסיע איז געקומען אלס א שטארקע שאק אין לאנד וואו ער געניסט נאך פון שטארקע פאפולאריטעט טראץ די קארופציע קלאגעס.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל