דער עגיפטישער פרעזידענט אבדעל פאטח-אל-סיסי האט נעכטן אפגעצייכנט נאך א זיג אויפ׳ן וועג צו ווערן א לעבנסלענגליכער דיקטאטור ווען די פארליאמענט אין עגיפטן האט באשטעטיגט א צוגאב צום קאנסטיטוציע פון לאנד וועלכע וועט אים ערלויבן צו פארבלייבן אין אמט פאר נאך 12 יאר, דורכ׳ן טוישן די פרעזידענטליכע טערמין פון פיר צו זעקס יאר לאנג, און דאן נאך א צוגאב וועלכע ערלויבט אים צו לויפן פאר נאך צוויי טערמינען. אל-סיסי זאגט אז עס פעלט זיך אויס אויף צו דורכפירן זיינע רעפארמען און פארזיכערן סטאביליטעט, אבער אויסלענדישע אבזערווירער זענען באזארגט אז דאס איז א מיטל צו פארבלייבן א לעבנסלענגליכע דיקטאטור.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה