די פרעסע אין סאוט קארעא באריכטן איבער א געפלאנטע סאמיט צווישן דער רוסישער פרעזידענט פוטין און דער נארט קארעא דיקטאטור קים יאנג-אין, א זאך וואס ווערט געזען אלס א דירעקטע פראוואקאציע קעגן די פארזוכן פון אמעריקע צו ברענגען צו די דע-נוקלעאריזאציע פון נארט קאראע. רוסלאנד האט עפנטליך געשטיצט די פארלאנג פון נארט קארעא צו לינדערן די סאנקציעס אין אויסטויש פאר שטאפלווייזע שריט צו אויפלעזן איר נוקלעארער פראגראם, קעגן די אמעריקאנער פאזיציע אז זי דארף גענצליך אויפלעזן איר פראגראם אין אויסטויש פאר עקאנאמישע פארלייכטערונג, און א סאמיט צווישן רוסלאנד און נארט קאראע ווערט געזען ווי א דירעקטע פארזוך פון רוסלאנד צו סאבאטאזשירן די אמעריקאנער באמיאונגען.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל