א הויז פּאַנעל האָט געשטימט מיטוואך צו אויטאריזירן סובפּינעס צו באקומען ספּעציעלן פּראָקוראָר ראַבערט מוללער'ס פולע רעפּאָרט איבער די רוסישע אריינמישונג אין די 2016 פּרעזידענטליכע וואַלן, אנהויבענדיג א קאמפ וואָס קען זיך ענדיגן אין די סופּרים קאָורט. די הויז דזשודישיערי קאמיטע האט געשטימט 24 קעגן 17 לויט די פּאַרטיי ליניעס צו ערלויבן איר טשערמאַן דזשערי נאַדלער צו סובפּינען די באריכט און פארבינדענע דאָקומענטן פון מוללער'ס אויספארשונג פון אטוירני דזשענעראַל וויליאַם באַר.

די פּאַנעל, וואָס באהאנדלט אימפּיטשמענט, האָט אויך געשטימט צו סובפּינען פינף געוועזענע ווייסע הויז באאמטע וואס קענען מעגליך האָבן באקומען דאָקומענטן אנבאלאנגט דער ספּעציעל פּראָקוראָר."די קאמיטע האט אַרבעט צו טוהן", האט דזשערי נאַדלער געזאגט. "די קאָנסטיטוטציע פארלאנגט קאנגרעס צו האלטן די פּרעזידענט פאַראַנטוואָרטליך פאַר פארדעכטיגטע אויפפירונג. דער אַרבעט פארלאנגט פון אונז אָפּצושאַצן די באווייזן צוויישן אונז - נישט דער אטוירני דזשענעראַל'ס קורצע באריכט, נישט אַ רעדאַקטירטע איבערזיכט, נאר די פולע באַריכט און די פארבינדענע באווייזן".



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל