'מוזיקליין' אין אַ קורצע אינהאַלטסרייכע שמועס מיט'ן גר צדק און וועלט'ס באַרימטער מוזיק-רעפּער ר' נסים בלאַק, וועלכער וואוינט היינט אין ירושלים מיט זיין ווייב און פיר קינדער. "מ'קען קיינמאָל נישט וויסן צי איך וועל נאָך אַמאָל זינגען אין סאַטמאַר...".

ווען נסים בלאק איז געקומען צום בית דין אז ער וויל זיך מגייר זיין, האט ער געזאגט פאר די רבנים: דער סיבה פארוואס איך וויל זיך מגייר זיין, איז צו קענען מקיים זיין מצוות און דורכדעם ווערן באהאפטן צום אויבערשטן. האבן אים די רבנים געפרעגט: אמת טאקע אז דורך מצוות ווערט מען באהאפטן צום אויבערשטן, אבער - אויב נאר צוליב דעם סיבה, קענסטו דאך מקיים זיין די שבע מצוות בני נח? האט נסים געענטפערט זיין ענטפער וואס האט געטוישט זיין לעבן אויף אייביג: "איך וויל זיין באהאפטן מיט א דביקות צום אויבערשטן נישט בלויז מיט זיבן מצוות, נאר מיט אלע זעקס הונדערט און דרייצן מצוות!"


נסים איז געבוירן געווארן צו זיינע נישט-אידישע עלטערן אין סיאַטעל, וואַשינגטאָן. נסים האט מיטגעמאכט שווערע יארן אלס קינד. צווישן אנדערע, איז זיין מאמע יונגערהייט געשטארבן, און ביי די דרייצן האט ער זיך שוין אריינגעלאזט אין רעפּ מוזיק, אונטערן נאמען 'די בלעק' (זיין נישט-אידישער נאמען איז געווען 'דעמעין בלעק'). אין א גאר א קורצע צייט, איז ער שנעל געווארן שטארק פאפולער צווישן די גרויסע רעפערס.

די מוזיק האט אבער נישט ערפילט זיין עלנדקייט. ער האט אלץ געשפירט ווי עפעס אינערליך שטופט אים צו טרעפן זיין פלאץ.

נסים געדענקט: "כ'האב געזוכט און געזוכט, ביז כ'האב געטראפן דעם ליכט בלויז עטליכע גאסן אוועק פון מיין הויז אין וואַשינגטאָן."

אלס קינד פלעגט ער שפילן בעסקעט באָל נעבן די אידישע שול 'ספרד'ישע ביקור חולים', איינע פון די עלטסטע שוהלן אין וואַשינגטאָן. דארט האט ער זיך צום ערשטן מאל באקענט מיט אידן.

כ'האב אנגעהויבן זוכען אויף די אינטערנעט אלעס ארום אידישקייט, כ'האב געזוכט וויאזוי מ'קען נאענט ווערן צום אויבערשטן אויף די מערסטע אויטענטישע וועג, ביז איך בין אנגעקומען צו די נביאים. אין נביא בין איך נתפעל געווארן צו זעהן, ווי ווייט און ווי שטארק דער באשעפער האט ליעב דעם אידישן פאלק. כ'געדענק ווי כ'האב עס איבערגעלייענט איינמאל און נאכאמאל, און נישט געקענט איבערקומען וואס עס שטייט דארטן, ווי גרויס ס'איז דער געוואלדיגער ליבשאפט פון אויבערשטן צו כלל ישראל. ס'איז מיר אריינגעקומען קנאה געפילן אין הארץ... כ'בין געווען רעליגיעז ביז דעמאלט אויך, און דא זעה איך אז דער ריכטיגער קשר און אהבה פונעם אויבערשטן, איז צו די אידן, און דאס גייט שוין צוריק אזויפיהל יאהרן. דאן האב איך מחליט געווען אז כ'וויל זיין א חלק פון דעם אידישן פאלק. כ'האב געלייענט דארט ווי דוד המלך גיסט זיך אויס זיין הארץ איבער די שיינקייט פון תורה. דאס נעמט אזוי איבער, אז יעדער וואס האט נאר אביסל רוחניות'דיגע געפילן, זאגט באלד: איך וויל זיין א חלק פון דעם! איך וויל דאס...
פינף יאר צוריק האט עס פאסירט. נסים מיט זיין ווייב עדינה זענען דורכגעגאנגען א ערליכע גירות, און אריינגעקומען תחת כנפי השכינה, ווערנדיג א טייל פון די אידישע פאלק. נסים זאגט אז ער האט דעמאלט בכלל נישט געוואוסט, צי ער וועט קענען מיטברענגן און באלאנסירן זיין מוזיק עקספּערטיז מיט אידישקייט. ביז ער האט אנגעהויבן לערנען דעם אור החסידות.

דו קענסט נישט זיין 'קאנעקטעד' צו חסידות, און נישט לערנען וועגן די געוואלדיגע כח פון מוזיק און נגינה. פון אנפאנג האב איך יא מורא געהאט וועגן ווייטער אנהאלטן די מוזיק, ספעציעל אין א צייט וואס מ'זעהט ווי אנדערע לאזן אפ אידישקייט צוליב מוזיק... אבער איך האב געזעהן די געוואלדיגע השפעה וואס דווקא מיין מוזיק האט אויף די יונגע דור, וויאזוי דאס לעבט זיי אויף און ברענגט זיי צוריק, האב איך זיך שנעל צוריק אריינגעלייגט דערין. איך הער היינט נישט קיין שום אנדערע רעפּ מוזיק אויסער מיר אליין... נאר מיינע מוזיק געטרוי איך אז דאס קומט פון די נשמה... די ווערטער זענען פול מיט אמונה און בטחון, ס'איז מקרב אנדערע נשמות, ס'איז מעורר אנדערע אידן, ביי מיר איז דאס ריין עבודת ה'!
פאר עטליכע יאר צוריק האט זיך נסים אריבערגעצויגן קיין ארץ ישראל.

פון די ערשטע מינוט ווען מיר זענען געווארן א טייל פון די אידישע פאלק, האב איך געזאגט מיין ווייב אז אונזער פלאץ איז ארץ ישראל, עם ישראל, די הייליגע תורה און ארץ ישראל – איז אלעס איינס.
נסים וואוינט היינט אין הארץ פון ירושלים, מאה שערים - שטראוס געגענט - מיט זיין ווייב און פיר קינדערלעך בליעה"ר, מיט'ן גאנצן חסיד'שן לבוש, וואו ער לערנט ברסלב'ער חסידות ביי זיין רבי'ן הרה"ג ר' שלום ארוש שליט"א.

אַ ברכה פונעם סאַטמאַרער רבי'ן

פאר עטליכע יאר צוריק אום ווינטער, איז נסים געקומען זינגען אויף א אידישע קאנצערט אין פלארידע. דארט האט ער געהערט אז דער סאטמארער רבי שליט"א פון וויליאמסבורג געפינט זיך אין נארט-מיאמי געגנט אויף אפרוה, האט ער מחליט געווען אז ער וויל אריינגיין נעמען א ברכה ביים רבי'ן. נסים זאגט אז ער האט געהאט א לענגערע פריוואטע שמועס ביים רבי'ן, ווען ביים ענדע האט איהם דער רבי גאר ווארעם אנגעוואונטשן אז ער זאל קענען משפיע זיין און מקרב זיין אידישע קינדער לאביהם שבשמים.

מיר האבן דערציילט פאר נסים, אז נאך דעם באזוך איז ארומגעגאנגען בילדער דערפון באגלייט מיט א ווערטל אז 'נסים קומט זינגען קיין סאטמאר' (כ"א כסלו...). נסים האט זיך צעלאכט מיט א קענטיגע הנאה, און האט באלד צוגעלייגט מיט א שמייכל: "מ'קען קיינמאל נישט וויסן צי איך וועל נאך אמאל זינגען אין סאטמאר..!"


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל