עטליכע וואכן נאך די טעראר אטאקע אין ניו זילאנד האט די דארטיגע פארליאמענט באשטעטיגט א גענצליכע פארבאט אויף סעמי-אויטאמאטישע ביקסן, אזוי ווי די סארט וואס איז גענוצט געווארן אין די אטאקע, די געזעצן האבן באקומען די שטיצע פון אלע פארליאמענט מיטגלידער מיט בלויז איין קעגנער. די נייע געזעצן וועלן שטארק באגרעניצן וואפן אייגענטומערשאפט אין לאנד, און נאך שטרענגער מאכן די געזעצן וועלכע זענען שוין יעצט אויך גאר שטייף אין פארגלייך צו די לויזע געזעצן אין די פאראייניגטע שטאטן.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה