דער ווענעזועלער דיקטאטור ניקאלעס מאדורע האט היינט צום ערשטן מאל באוויליגט צו קאאפערירן מיט די רויטע קרייץ און זיי ערלויבן צו שענקן הילף פאר ווענעזועלער בירגער. נאכדעם וואס אין די לעצטע וואכן האט ער געשטערט אזעלכע פארזוכן זאגנדיג אז עס איז נישטא קיין הומאניטארער קריזיס אין ווענעזועלע. דאס קומט אין די זעלבע טאג וואס די יו.ען. האט ארויסגעגעבן א באריכט אז איבער א פערטל פון די ארטיגע באפעלקערונג ליידט פון הונגער, ספעציעל אין ליכט פון די נאכאנאנדע קורצשלוסן וועלכע פלאגן דאס לאנד אין די לעצטע חדשים.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל