די בריטישע פרעמיער מיניסטער געפונט זיך יעצט אין בריסל פאר א סאמיט מיט אייראפעאישע פירער נאכדעם וואס בריטאניע האט נישט באוויזן צו טרעפן א קאנצענזוס איבער די ריכטיגע וועג פאר ברעקזיט. מעי האט פארלאנגט א פארלענגערונג ביז יוני 30 מיט די האפענונג אז ביז דאן וועט די פארליאמענט זיך פאראייניגן אויף איינע פון די ברעקזיט פלענער וועלכע זענען אויפ׳ן טיש. מעי זוכט נאר א קורצע פארלענגערונג וויבאלד זי וויל נישט אז בריטאניע זאל זיך פארמעסטן אין די וואלן פאר׳ן אייראפעאישן פארליאמענט וואס ווערט אפגעהאלטן קומענדיגע יאר מעי 23 און האפט אז ביז דעמאלטס זאל שוין בריטאניע זיין אפגעטיילט.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל