דער אטוירני דזשענעראל האט היינט ביי א פארהער פאר א פאנעל אין סענאט געזאגט אז ער גלויבט אז די אבאמא יוסטיץ דעפארטמענט האט שפיאנירט אויף די טראמפ קאמפיין מיט׳ן אונטערהערן טעלעפאנען, און געזאגט אז די יוסטיץ דעפארטמענט קוקט אריין דערין אויב דאס איז געווען לעגאל בארעכטיגט און אויף וועלכע באזיס די עף-בי-איי האט גענומען דעם באשלוס צו שפיאנירן אויף די קאמפיין.

פרעזידענט טראמפ און די רעפובליקאנער זאגן שוין פאר א לאנגע צייט אז דער רוסלאנד-טראמפ אויספארשונג איז געווען א פארטייאישע פארזוך פון אבאמא אדמיניסטראציע באאמטע, און איז געווען באזירט אויף אומבאגרונדעטע אינפארמאציע, און באר האט דאס באשטעטיגט זאגנדיג ״עס פאדערט זיך צו דערגיין, שפיאנירן אויף א פרעזידענטליכע קאמפיין איז אן ערנסטע זאך, מען דארף דאס אויספארשן״.

ווען ער איז געדרוקט געווארן אויף וואס ער באזירט זיינע פארדאכטן האט ער געזאגט אז ער קען עס נישט דיסקוטירן אין די עפנטליכקייט. די באמערקונגען פון באר איז שטארק אויסגעלויבט געווארן דורך פרעזידענט טראמפ וועלכער האט געזאגט אז דאס באשטעטיגט זיין טענה אז די גאנצע אויספארשונג איז געווען באזירט אויף מיסאינפארמאציע און ליגנטס, און אז די עף-בי-איי האט פארלעצט די סטאנדארטן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל