די נעכטיגע זיג פאר נתניהו איז א פילפאכיגע, עס וועט נאך פיל געשריבן ווערן איבער דעם אולטרא-כיטרער פוקס נתניהו וועלכער האט נעכטן נאכאמאל געצייגט אז ער קלוגט איבער אלע זיינע קעגנער מיט זיין סטראטעגיע און מיט זיינע אגרעסיווע אומאיינגעהאלטענע קאמפיין טאקטיקן וואס ער נעמט אונטער ווען ער שפירט זיך באדראעט.

די אויסגאנג פון די נעכטיגע וואלן האט גענצליך געטוישט די מאפע פון מדינת ישראל פאליטיק, צום ערשטן מאל באטרעפן די לינקע פארטייען קוים צען פראצענט פונעם כנסת, נאכדעם וואס די עקסטרעם לינקע מר״ץ פארטיי האט קוים דורכגעשוויצט מיט 4 מאנדאטן, און די היסטארישע ״עבודה פארטיי״ איז כמעט גענצליך אונטערגעגאנגען מיט בלויז 6 מאנדאטן.

פון די אנדערע זייט קומט אריין ״כחול לבן״ מיט די גרעסטע פארטיי אין די אפאזיציע, א פארטיי וועלכע דערקלערט זיך אפציעלע אין צענטער און גענייגט רעכט ווען עס קומט צו אויסערן פאליטיק, טראץ וואס זיי האבן די זעלבע צאל מאנדאטן האט זיך אבער בעני גאנץ דערזען אן קיין שותפים אויף צו פארעמען א קאאליציע א דאנק אן עפקטיווע קאמפיין פון נתניהו וועלכער האט אים פארזיגעלט אלס לינק, און אפגעשראקן רעכטע פארטייען פון קאאפערירן מיט אים.

די ״כחול לבן״ איז א צונויפשטעל פון עטליכע פארטייען. די ניי-געגרונדעטע פארטיי מיט׳ן נאמען ״חוסן לישראל״ וואס דער געוועזענער הויפט גענעראל בעני גאנץ האט געגרונדעט, און האט זיך באלד צונויפגעשמאלצן מיט א פארטיי פונעם געוועזענעם גענעראל און פארטיידיגונגס מיניסטאר משה יעלון, און דאן האט זיך אנגעשלאסן מיט זיי דער געוועזענער פינאנץ מיניסטער און גרונדער פונעם ״יש עתיד״ פארטיי יאיר לפיד. די פארטיי האט זיך דערקלערט אלס א צענטריסטישע פארטיי מיט רעכטע און לינקע עלעמענטן וואס פאראייניגן דאס פאלק, און האט נישט געהאט קיין קלארע פלאטפארמע איבער פארשידענע וויכטיגע פאליסי אלעגנהייטן, און האט אונטערגעשטראכן אין איר קאמפיין די וויכטיגקייט פון ארויסשטימען נתניהו וועמען גאנץ האט באשולדיגט אז ער איז אין די ״פריע שטאפלן פון פארוואנדלט ווערן אין א דיקטאטור״.

טראץ וואס די פארטיי האט זיך אוועקגעשטעלט אפיציעל אלס א צענטער-רעכטע פארטיי האבן זיי צוגעצויגן שטימען פונעם לינקן לאגער וועלכע האט געהאפט אז א שטארקע זיג פאר דעם גאנץ-לפיד פארטיי וועט ענדיגן דעם 13 יעריגע רעזשים פון נתניהו, און פון די אנדערע זייט האט נתניהו געפירט א קאמפיין צו ווארענען רעכטע וויילער אז גאנץ איז ״עקסטרעם לינק פארשטעלט אלס רעכטער״. אין די לעצטע טעג האט נתניהו געפירט א ״געוואלד״ קאמפיין אז ליכוד איז אין געפאר פון אונטערגאנג און פארפיגט אויף א מאסיווע אפעראציע צו ארויסברענגען זיינע שטיצער אין די מאסן, און דערמיט אריבערגעפירט מאנדאטן פונעם רעכטן בלאק צום ליכוד און זיך פארזיכערט סיי אז ליכוד איז דער גרעסטער פארטיי, און סיי פטור געווארן פון זיינע הויפט פיינט אויף די רעכטע זייט, נעמליך די פארטיי פון נפתלי בענעט און איילת שאקעד.

ווי דערמאנט איז דער יעצטיגער געווינס נישט בלויז א געווינס פאר די ליכוד פארטיי, נאר פאר נתניהו פערזענליך. נתניהו האט אין די לעצטע יארן באזייטיגט יעדער מיטגליד אינעם פארטיי וועלכער האט זיך געעפנט דאס מויל קעגן אים, און די יעצטיגע וואלן איז געווען בלויז איבער אים, אין א צייט ווען עס הענגט אויף אים דריי מעגליכע קארופציע קלאגעס. איבער אלעם האט ער מיט זיין געווינס געשיקט א מעסעדזש צו די פראקורארן אין מדינת ישראל אז ער פארמאגט א סאלידע באזע פון שטיצער וועלכע וועלן גיין מיט אים אין פייער און ער וועט ווייטער דינען אלס פרעמיער מיניסטער אפילו עס ווערן געברענגט קלאגעס קעגן אים.




גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל