אצינד ווען מען האלט נאך די וואלן אין מדינת ישראל האט דאס ווייסע הויז אפיציעל אנגעהויבן אנגרייטן דעם באדן פאר א שלום פלאן צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער וואס ווייסע הויז עקספערטן אין שפיץ פון דזשערעד קושנער האבן אויסגעהאמערט אין די לעצטע חדשים. אין א רעדע פאר א פארזאמלונג פון אמבאסאדארן האט קושנער זיך צום ערשטן מאל באצויגן צום פלאן און געזאגט אז דער פלאן וועט פארגעשטעלט ווערן פאר ביידע זייטן נאכ׳ן ראמאדאן חגא קומענדיגע יוני, ער האט געזאגט אז ער בעט ביידע זייטן זאלן האלטן א ״אפענע קאפ״ ביים באטראכטן דעם פלאן וויבאלד עס וועט פארלאנגען פארציכטונגען פון ביידע זייטן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל