שטייענדיג ווייניגער ווי צוויי חדשים נאכדעם וואס דער ״האנוי סאמיט״ צווישן פרעזידענט טראמפ און קים יאנג-אן איז דורכגעפאלן האט די אפיציעלע פרעסע אין נארט קארעא געמאלדן אז איר מיליטער האט דורכגעפירט א פרישע מיליטערישע פראבע פאר א מיסיל וואס זי זאגט פארמאגט א ״מאכטפולע שפיץ״.

דאס קומט נאך צוויי יאר וואס נארט קארעא האט אפגעשטעלט אירע מיסיל פראבעס אין ליכט פון די פארהאנדלונגען, און איז אן אנדייטונג אז די רעזשים האט אויפגעגעבן האפענונג אויף די פרידליכע פארהאנדלונגען. די פענטאגאן האט אבער געזאגט אז אירע סאטעליטן האבן נישט אויפגעכאפט קיין מיסיל אקטיוויטעטן און עס איז גאר מעגליך אז עס איז א פאבריצירטע געשיכטע פאר אינערליכע פראפאגאנדע צוועקן פונעם רעזשים.

אויסער דעם האט די נארט קארעא אויסערן מיניסטעריום היינט פארעפנטליכט א סטעיטמענט אין וועלכע זיי שטעלן א תנאי פאר ווייטערדיגע פארהאנדלונגען אז דער סעקערטערי אוו סטעיט מייק פאמפעאו מוז ווערן אויסגעשלאסן פון די פארהאנדלונגען, און זיי באשולדיגן אים אין לאזן פאלן ״אומפאראנטווארטליכע סטעיטמענטס״ צו די פרעסע און טייטלן אויף אים אלס פאראנטווארטליך אין די דורכפאל פון די געשפרעכן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל