הר"ר עזריאל טויבער איז געווערן אן עסקן אין מאנסי וואס האט עוסק געווען אלע יאהרן אין קירוב רחוקים. ער האט געגרינדעט די שלהבת ארגאניזאציע צו בויען אידישקייט איבער דער וועלט דורך מאכן בעלי תשובה. ער פלעגט פירט שבת טישן סיי אויף אידיש סיי אויף ענגליש.
ער איז דער עלטסטער ברודער פון ר' אבא חייא טויבער ,ער איז געווען אמאל א גרויסער מיליאנער פון דימאנטס אין נאכדעם אומבאוועגלעכע גיטער. אבער האט זיך אריינגעלאזט אין עסקנות צו בויען אידישקייט און האט אלץ פארלוירן און אנגעזעצט, היינט איז ער שוין נישט די גרויסע גביר.
ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע פון עסקנות אין מוסדת וויזשניץ-מאנסי און אין סקווירא, נאכדעם וואס האט פארלוירן זיין פארמעגן, און שפעטער אויפגעבויעט אייגענע מוסדות, אונטערן נאמען מכון להוראה האט ער געגרינדעט א ישיבה און כולל. דער כולל איז היינט צוטאגס אן אנערקענטער בית דין אין מאנסי אונטער דער אנפירערשאפט פון זיין אינגסטער ברודער ר' יחיאל טויבער. און די ישיבה איז געגאנגען צום מנהל ר' אשר זעליג גרינבערגער ז"ל אין מאנסי. מיט איר נייעם נאמען שערי אפרים אויפן נאמען פון ר' אפרים אשרי ז"ל דער רב פון בית המדרש הגדול וואס ער איז דער שווער פון גרינבערגער.
ער האט געשריבן פיל ספרים אויף דער ענגלישער שפראך אויפן סטיל פון זיין רבי ר' מיכאל בער ווייסמאנדל און באזירט אויפן מהר״ל מפראג, דאס איז שוין איבערגעטייטשט אויף פילע שפראכן, און דאס צינד כסדר אונטער אסאך אידן דורכאויס די וועלט צו אידישקייט. היינט איז ארויסגעקומען שוין מער ווי זעקס בענדער פין אלע מינע השקפה ספרים אין לשה"ק, און עס איז אזוי אויפגעכאפט אז מען האט עטליכע פון די ספרים שוין איבער געדריקט.
ער איז נפטר געווארן ביי די 81'סטער יאהרגאנג, א טאג נאך דער יארצייט פון זיין שותף למלאכת הקודש להלהיב לבבות ישראל לאביהם שבשמים הגה"ח רבי שמשון פינקוס ז"ל.
הוסף רשומת תגובה