אמווייניגסטנס 14 פאקיסטאנער בירגער זענען קאלטבלוטיג דערשאסן געווארן נאכדעם וואס טעראריסטן האבן אונטערגעשטעלט אן אמבוש פאר א באס וואס האט געטראגן פאסאזשירן פון גוואדאר קיין קאראטשי. די טעראריסטן זענען סעפאראטיסטישע מיליטאנטן פונעם בעלאכעסטאנער ראיאן, זיי האבן אפגעטיילט די באלאכעסטאנער פון די גרופע און קאלטבלוטיג דערשאסן אלע פאקיסטאנער.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל