אימיגראַציע און קאָסטאָמס ענפאָרסמענט אגענטן האבן ארעסטירט 280 ארבייטער אין אַ טעכנאָלאָגיע פירמע אין קאָלין קאַונטי, טעקסאַס, אויף קלאגעס פון ארבעטן אין די פאַראייניגטע שטאַטן אומלעגאל. עס איז די גרעסטע רעגירונג'ס אָנפאַל אויף אַן אַרבעטס פּלאַץ אין אמעריקע אין איבער צען יאהר, לויט אַ באַאַמטער אין האָומלענד סעקיוריטי אינוועסטיגעישאָנס.

אייס'ס "האָומלענד סעקיוריטי אינוועסטיגעישאָנס" אָפּטיילונג האט באקומען טיפּס אַז די פירמע - סי.ווי.אי. טעכנאָלאָגיע גרופּ - האט מעגליך באַוואוסטזיניג אויפגענומען אומדאָקומענטירטע אימיגראנטן און אַז עטליכע ארבייטערס האבן גענוצט פאלשע אידענטיפיקאציע פּאַפּירן, האט קאַטרינאַ בערגער געזאגט, דער ספּעציעלע אַגענט באַאויפטראָגט אין האָומלענד סעקיוריטי אינוועסטיגעישאָנס' דאַלאַס אָפיס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל