א גוגל "דודל" איז אַ ספּעציעלע צייטווייליגע לאָגאָ אוף גוגל היימבלאַט, כדי צו פייערן חגאות, געשעענישן, דערגרייכונגען, און היסטאָרישע מענטשן. היינט האָט גוגל אַרויסגעשטעלט אַ "ענימעשאָן" (לעבעדיגע בילד) וואס מאָלט אָפּ וואו א שוואַרצע לאָך זיצט אינמיטן א גוגל לאָגאָ און עסט אויף די ארומיגע קאָמפּאָנענטן מיט איר אומבאַשרייבליכע צוציאונגס קראַפט, צו פייערן די ערשטע פאָטאָגראַפירונג פון א "שוואַרצע לאָך".
הוסף רשומת תגובה