א באריכט פון בלומינגבורג נייעס סטאנציע צייגט, אז ווען איר רעדט צו עמעזאנ'ס קלוגע ספיקער "עקאָו" הערן זיך אונטער געוויסע איינגעשטעלטע אין די עמעזאן פירמע.

לויט די באריכט, הערן זיך עמעזאן ארבעטערס אונטער וואס איר פארלאנגט פון די קלוגע ספיקער צו קענען פארבעסערן די סאפטווער, דאס הייסט זיי הערן איבער וואס איר פארלאנגט פונעם ספיקער, און וואס די ספיקער האט צוגעשטעלט, און זיי זעען וואס זיי קענען פאררעכטן. די פראבלעם איז אבער אז צומאל קען געשען א טעות, אז דער ספיקער מיינט אז מען רעדט צו אים ווען אין אמת'ן רעדט מען נישט, דאס געשעהט ווען מען דרוקט בטעות די קנעפל פון די מאשין, אדער ווען די מאשין מיינט אז מען האט אים גערופן ביים נאמען און די מאשין הייבט אן צו רעקארדירן, און אסאך מאל איז דאס פריוואטע שמועסן, אדער גאר קרעדיט קארד אינפארמאציע.

פאקטיש, האט אבער עמעזאן א רעכט אויסצוהערן וואס איר רעדט, ווי עס שטייט אין זייער "טורמס אָוו יוז", אבער עס שטייט נישט אז עס ווערט אונטערגעהערט דורך מענטשן פון אמעריקע, אינדיע, קאסטא ריקא און נאך לענדער. 

עמעזאן האט געענפערט אויף די באריכט, "מיר האבן א שטרענגע און פארזיכערטע סיסטעם אז מען זאל נישט קענען האבן קיין צוטריט צו די שמועסן. ווי אויך נאר א קליינע צאל פון די אינפארמאציע ווערט אויסגעהערט דורך ארבעטערס, און דאס ווערט ערשט אויסגעהערט דורך פארגעשריטענע סיסטעם'ס זיכער צו מאכן אז עס איז נישט קיין פריוואטע אינפארמאציע".


באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל