עס זענען פארהאן שטארקע שאנסן אז די חשוב'ע לייענער - אדער א נאנטער - איז דורכגעגאנגען דעפּרעסיע, איינע פון מערסטע-ליידענדע מענטל העלט פראבלעמען אין אמעריקע. בערך זעכצן פּראָצענט אַמעריקאַנער ליידן פון דעפּרעסיע ביי א געוויסע פונקט אין לעבן. לויט וויפיהל מיר רעדן, לייענער און הערן זיך אן איבער די טעמע פון דעפּרעסיע, קענען מיר זיך איינרעדן אז די סייענטיסטן האבן ארויס די פראבלעם, איר מקור און אירע נאטורן, אבער דער אמת אז זיי פארשטייען נישט אזויפיהל ווי מאנכע מיינען, ספעציעל איבער וואס עס קומט פאר אינעווייניג אין די מוח פון א מענטשן וואס ליידט פון דעפּרעסיע. דאקטוירים האבן דעפינירט דעפּרעסיע - אבער כאטש באשטעטיגט עטליכע סטאנדארדן וויאזוי צו דיאָגנאַזירן דעפּרעסיע, גערופן "די דיאָגנאַסטישע און סטאַטיסטישע מאַנועל פאר מענטל דיסאָרדערס" (די.עס.עם.), און ווערט ברייט גענוצט דורך דאקטוירים צו דיאָגנאַזירן דעפּרעסיע.
די לעצטע ווערסיע פון די די.עס.עם. לייגט אַראָפּ צוויי הויפט סימפּטאָמען פאר דעפּרעסיע, איינס איז שפירן טרויעריג אדער דערשלאגן אדער פארקלעמט, אדער גאר דאס נישט שפירן, ד.ה. געליימטע געפילן. דער צווייטער סימפּטאָם איז א פארלוסט פון אינטערעסע און הנאה אין אקטיוויטעטן וואס איז אנדערש יא א הנאה פאר דעם מענטש. א מענטש מוז האבן כאטש איינע פון די צוויי הויפט סימפּטאָמען, אין צוגאב צו דריי אדער פיר אנדערע סימפּטאָמען פאר שטיק צייט, צו קענען דיאָגנאַזירן ווערן מיט דעפּרעסיע. "אנדערע סימפּטאָמען" רעכענען אריין דאס שפירן ווערטלאז, נישט קענען שלאפן געהעריג, שלאפן צו סאך, שוועריגקייטן צו קאָנצענטרירן און מאכן באשלוסן, אדער גאר זעלבסטמאָרד געדאַנקן ר"ל. נישט אלע פון די סימפּטאָמען מוזן זיין קריטיש, אבער צוזאמען מאכט עס שווערער אנצוגיין מיט א סדר היום פון א נארמאלע לעבנסשטייגער.
מיר ווייסן אז דעפּרעסיע איז נישט סתם א שלעכטע געמיט, וואס פעלט נאר אויס זיך אויפצולעבן... עפעס ארבעט נישט ווי עס באדארף אין די מענטש'ס מוח, די פראגע איז אבער וואס דאס איז. איין ברייטפארשפרייטע טעאריע איז אז דער מענטש ליידט פון א מאַנגל פון סעראָטאָנין, א געוויסע סארט כעמישע נעראָוטראַנסמיטער וואס איז געגלויבט צו זיין א הויפט איינפלוס איבער די מענטש'ס געפיהלן, ספעציעל די צופרידנקייט פונעם מענטש, כאטש וואס סייענטיפיש גערעדט האט דאס א קאָמפּליצירטע שייכות מיט לערנען, געפיהלן, זכרון און נאך אנדערע באוואוסטע און אומבאוואוסטע פונקציעס און פּראָצעסן.
מעדעצינען וואס טוישן די סעראָטאָנין שטאַפּלען (גערופן עס.עס.אַר.איי.), ווערן גענוצט צו באהאנדלען דעפּרעסיע, ענקזייעטי און סאָשעל פאָוביאַ. די וועג וויאזוי די מעדעצינען ארבעט (אדער ארבעטן נישט...) צייגט אז א מאַנגל אין סעראָטאָנין שטאַפּלען איז נישט די איינציגסטע אַבנאָרמאַלע טויש אין די מוח פאר א דעפּרעסיע פּאַציענט, אנדערש וואלטן די עס-עס-אַר-איי'ס מעדעצינען געארבעט שנעל און געווען אַפעקטיוו פאר אלע פּאַציענטן. דאס איז נישט די מציאות. כאטש וואס די מעדעצין באווייזט ארויפצוברענגן די סעראָטאָנין שטאַפּלען גאנץ שנעל, נעמט עס לאנגע וואכן ביז די געפיהלן פארבעסערן זיך, אויב עס ארבעט בכלל (אסאך מוזן נוצן אנדערע סארטן מעדעצינען ווייל עס-עס-אַר-איי ארבעט נישט ביי יעדעם).
פאָרשערס האבן אידענטיפיצירט עטליכע אנדערע פאַקטאָרן וואס קענען העלפן באהאנדלען דעפּרעסיע. ערשטענס, סעראָטאָנין איז נישט די איינציגסטע נעראָוטראַנסמיטער וואס שפילט א ראלע, נאר פאָרשונג האט געוויזן כאטש פינף אנדערע נעראָוטראַנסמיטערס וואס קענען זיין פארבינדן מיט די מענטש'ס געפיהלן, יעדע פון זיי זענען אויך פארבינדן צו אנדערע פונקציעס אין די מוח און אנדערע טיילן פון די קערפער.

עס איז נישט נאר די כעמיקאלן וואס גייען אריבער א טויש ביי דעפּרעסיע, נאר פולשטענדיגע טיילן פון די מוח סטרוקטור גייט אויך אריבער טוישן. די אַמיגדאַלאַ ראיאן פונעם מוח (וואס העלפט דעם מענטש פּראָצעסירן געפיהלן) און די היפּאָקאַמפּוס טייל (וואס איז פארבינדען מיט'ן אוועקלייגן זכרון) גייען ביידע אריבער טוישן ביי געוויסע דעפּרעסיע פּאַציענטן, אריינגערעכנט א טויש אין די מאס, כאטש וואס דאקטוירים ווייסן נישט די באדייט דערפון. אויך, אנשטאט נאר טוישן די נעראָוטראַנסמיטער שטאַפּלען, האבן שטודיעס געוויזן אז די עס-עס-אַר-איי מעדעצינען קענען העלפן מיט די וואוקס פון נייע נעוראָנס, ביי געוויסע טיילן פונעם מוח. דאס קען זיין איינע פון די סיבות פארוואס עס נעמט אזויפיהל צייט פאר די די עס-עס-אַר-איי מעדעצינען צו ווערן אַפעקטיוו.
עס איז - גאנץ ווארשיינליך - אויך פארהאן א גענעטישע פאַקטאָר אין דעפּרעסיע. עס איז פארהאן געוויסע באווייזן אז דעפּרעסיע לויפט אין די משפחה, כאטש וואס די פארבינדונג איז נישט אזוי שטארק. עס האט אויך א פילייכטע פארבינדונג מיט די ענווייראָנמענטאלע סביבה, אבער שטודיעס אין די טעמע איז דערווייל רוי און אומפארלעסליך.
צום שלוס: דעפּרעסיע איז זייער קאָמפּליצירט, מיט פארשידענע פאַקטאָרן וואס איינס איז פארבינדן מיט די אנדערע, די גענעטיקס, די ענווייראָנמענט, די כעמיקאלן און די מוח סטרוקטור. די גוטע נייעס איז אז כאטש וואס סייענס האט נאכנישט ארויס די גאנצע מסכת דעפּרעסיע, האט דער בורא כל העולמים באשאפן מעדעצינען וואס זענען אַפעקטיוו, למחצה לשליש ולרביע. פּאַציענטן קריכן ארויס פון זייער שווערסטע מאמענטן מיט'ן אראפשלינגען א קליינטשיגע טאבלעט. עס איז א ריזיגע שאד נישט צו נעמען הילף ווען עס איז וויכטיג.
הוסף רשומת תגובה