דער כינעזער וויצע פרעמיער, וועלכער פארפיגט אויף די האנדלס געשפרעכן מיט אמעריקע, האט נעכטן אפגעשטאט אין ווייסן הויז פאר א זיצונג מיט׳ן פרעזידענט, אלס טייל פון זיין באזוך אין וואשינגטאן זיך צו באטייליגן אין די האנדלס פארהאנדלונגען וואס קומען פאר צווישן די צוויי זייטן. ביידע זייטן האבן אויסגעדריקט אפטימיזם איבער די אנגייענדיגע פארהאנדלונגען זאגנדיג אז מען קומט נענטער צו א האנדלס אפמאך צווישן אמעריקע און כינע. פרעזידענט טראמפ האט ביים געמיינזאמע פרעסע קאנפערענץ געזאגט אז ער גרייט זיך אויף א סאמיט מיט׳ן כינעזער פרעזידענט טשי ווען דער אפמאך איז גרייט צום אונטערשרייבן, זאגנדיג אז מען וועט וויסן אין די קומענדיגע פיר וואכן ווען דאס וועט זיין.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל