די ״אקסיוס״ נייעס קוואל האט אויפגעדעקט פון לעגאלע דאקומענטן און אנדערע אינפארמאציע איבער א גראנדיעזע פלאן פון עמעזאן וועלכע עפנט א פראגראם צו בויען טויזנטער קליינע סאטאליטן וועלכע זי פלאנט צו ארויפשיקן צום ספעיס און וועלן דינען אלס קאמיוניקאציע אפאראטן. לויט אן אומאפציעלע אנטווארט פון עמעזאן וועט אונטער דעם פראגראם וואס רופט זיך דערווייל ״פראיעקט קואיפער״ ווערן ארויסגעשיקט 3,236 סאטעליטן וועלכע וועלן דעקן איבער 95 פראצענט פון די באוואוינטע חלקים אויפ׳ן ערד קוגעל. אין אנדערע נייעס איבער עמעזאן איז נעכטן געמאלדן געווארן אז דער גרונדער פון עמעזאן האט געשליכטעט א גט אפמאך מיט זיין ווייב און איר געגעבן 25 פראצענט פון זייערע סטאקס אין די פירמע, וואס באטרעפט איבער 35 ביליאן דאלער, און זי איז איבערנאכט געווארן די דריט רייכסטע פרוי אין די וועלט.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל