דער פרעזידענט פונעם אייראפעאישער קאנסיל האט געזאגט אז אייראפעאישע פירער גרייטן זיך צו געבן פאר בריטאניע א גאנצע יאר אויף זיך צו פארגלייכן אויף א ברעקזיט אפמאך, נאכדעם וואס עס קוקט נישט אויס אז בריטאניע וועט קומען צום טיש מיט אן אפמאך ביז אפריל 12 וואס איז יעצט באשטימט אלס די ענד-דאטום. די פרעמיער מיניסטארשע טערעזע מעי נעמט יעצט אונטער לעצט-מינוטיגע באמיאונגען צו לייגן דרוק אויפ׳ן פארליאמענט צו שטימען אויף עפעס א פלאן דעם קומענדיגע וואך, און דעריבער ווערן אפגעראכטן פיבערהאפטיגע פארהאנדלונגען מיט די אפאזיציע פירער צו טרעפן אן אומפארטייאישע ברעקזיט אפמאך וועלכע קען אריבערגיין אין פארליאמענט.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה