איינע פון די מאכטפולע מיליציעס אין ליביע האט אין די לעצטע טעג איינגענומען עטליכע שטעט ארום די הויפטשטאט טריפאלי און מארשירט קיין טריפאלי מיט׳ן צוזאג צו אייננעמען דעם הויפטשטאט. זינט די ענדע פונעם קאדאפי רעזשים אין 2011 איז דאס לאנד פאקטיש צוטיילט צווישן פארשידענע מיליציעס וועלכע קאנטראלירן די פארשידענע ראיאנען אין סיריע. אבער גענעראל היפטנער וועלכער איז געווען א קאמאנדיר אין די קאדאפי ארמיי פארמאגט א מאכטפולע מיליציע און לעצטנס האט ער אנגעהויבן פארשפרעכן צו פאראייניגן ליביע אונטער זיין הערשאפט. אצינד מארשירט זיין ארמיי קיין טריפאלי אבער עס ווערט ערווארטעט א שווערע ווידערשטאנד פון לאקאלע מיליציעס און ברענגט א זארג פאר באנייטע ציווילע קריג.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל