אין ליכט פון די אויפדעקונג איבער די פראבלעמען וואס פלאגט דעם באואינג 737-מעקס האט אמעריקען-עירליינס אפגערופן טויזנטער פליגער רייזעס מיט דעם פליגער אין לויף פון די קומענדיגע מאנאטן. א צייכן אז עס וועט נעמען לאנגע מאנאטן צו לעזן דעם פראבלעם.

דער לופטליניע נוצט דעם פליגער אויף ארום 90 רייזעס טעגליך, און האט געמאלדן אז אלע פאסאזשירן וועלן קריגן אן אלטערנאטיווע טיקעט זיי צו אקאמאדירן אויף אנדערע פליגערס.

דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס דער פעדעראלער אוויאציע אגענטור האט געמאלדן א ערנסטע אויספארשונג אויף די בואאינג פירמע צו דערגיין וואס האט געפירט צו די פארנאכלעסיגקייט. און אזוי אויך האט בואאינג געמאלדן אז זיי וועלן שניידן די פראדוקציע פון די סארט פליגערס.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל