שוין א לענגערע צייט וואס דעמאקראטן קעמפן פאר די רעכט פון פארברעכער צו וועלן נאכדעם וואס זיי האבן אפגעדינט זייער טורמע טערמין, אבער דער עקסטרעם-לינקער קאנדידאט בערני סאנדערס איז געגאנגען א טריט ווייטער און געזאגט אז ער וויל אז ארעסטאנטן זאלן האבן די רעכט צו וועלן פון טורמע, זאגנדיג אז דאס איז די סטאנדארט אין זיין היים שטאט ווערמאנט און ער גלייבט אז דאס דארף ווערן די געזעץ פון די פאראייניגטע שטאטן. ״זיי דינען א שטראף פאר פארברעכנס וואס זיי זענען באגאנגען, אבער זיי זענען בירגער פון די פאראייניגטע שטאטן, און האבן די רעכט צו וועלן״ האט ער צוגעלייגט.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה