איינער פון די מענטשן וואס אָרגאַניזירן אַ פאָרשלאָג צו שאַפן אַ נייע ווילעדזש נעבן קרית יואל, זאגט אַז ער איז באפאלן געווארן אינדרויסן פון די מאָנראָ טאַון האָל דאנערשטאג צופרי דורך צוויי חסידישע יונגען וואס שטעלן זיך אַנטקעגן די פּלאַן און וועלכע האבן צוגענומען די פּעטיציע פון ​​אים.

ר' הערש אפרים וואַגשאַהל האט געזאגט, נאָכדעם וואָס ער איז אינטערוויו'ד געווארן דורך די ווילידזש אוו מאָנראָ פּאָליציי איבער די אנפאל, אַז ער איז אריבערגעקומען צו די טאַון האָל נאכאמאל אריינצוגעבן די פּעטיציע פאַר די ווילידזש פון סעווען ספּרינגס, נאָכ'ן מאכן אַ קליין טויש. האָט ער געזאָגט, די צוויי מענטשן זיינען אַרויפגעשפרינגן אויף אים פון אונטען, אים געהאקט אויפ'ן קאָפּ, און אים געשטויסן און געשלאָגן, אפילו ווען ער איז שוין געווען אראפגעפאלן אויף דער ערד, ביז איינער פון זיי האט אוועקגעכאפט די פּעטיציע. איין מענטש איז אוועקגעפארן מיט די פּעטיציע אין זיין קאר; דער אנדערער איז אריינגעלאפן אין טאַון האָל, און איז געכאפט געווארן דורך די פּאָליציי, האט וואגשאהל געזאגט.

די ווילידזש פּאָליציי האט באשטעטיגט וואַגשאַהל'ס מעשה דאָנערשטאג נאָכמיטאָג, און געזאגט אז זיי האט אנגעקלאגט דעם 32 יעהריגער שלמה כ"ץ פון קרית יואל מיט צווייטע גראַד רויבעריי און פערטע גראַד גרענד לאַרסעני (גזילה), ביידע זענען פעלאָני פארברעכן. כ"ץ איז פארהאלטן געווען בשעת'ן ווארטן צו ערשיינען פאר'ן געריכט אויפצוטרעטן פאר א ריכטער. טאָני קאָמפּלעטאָ, א גוי פון מאָנראָ, האט דערציילט אז ער האט בייגעוואוינט די אטאקע, און האט אויך באשטעטיגט וואַגשאַהל'ס ווערסיע, זאגענדיג פאר אַ רעפּאָרטער אַז "צוויי חברה זענען ארויפגעשפרינגען אויף אים" און אים אנגעהויבן צו באקלאפן.

וואַגשאַהל האט ערשט אריינגעגעבן אַ פּעטיציע לעצטע אויגוסט צו פאָרמירן סעווען ספּרינגס, אַ ניי שטעטל אין דער טאַון אוו מאָנראָ, וואס זאָל אַרייננעמען אַ חסידישע קוואַרטאַל מערב פון קרית יואל און שטחים אויף ביידע זייטן פונעם רוט 17. ער האט גע'פייל'ד אַ פארגרעסערטע ווערסיע דעם מאנאט וואס האט צוגעלייגט די מאנרא טייל פון הערימען קאַמאָנס שאַפּינג צענטער און באשטייט פון 1.9 קוואַדראַט מייל, וואָס זאל אויך אונטערפאלן אונטער די נייע זאָונינג.

וואַגשאַהל האָט געזאָגט אַז כ"ץ און משה הירש געהערן צו די ראדיקאלע נטורי קרתא, וואס איז קעגן דאס פאָרמירן פאָרשלאָג פאר א נייע ווילעדזש. ר' הערש אפרים איז דער לעגאלע אייגענטומער פון א ביקס, און האט דאס געטראגן מיט זיך בשעת די אינצידענט.

הערש אפרים וואַגשאַהל
ר' הערש אפרים וואַגשאַהל




באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל