א פייער האט אויסגעבראכן דאנערשטאג אין אַ גרויסע אָפיס טורעם אין דהאַקה, די הויפּטשטאָט פון באַנגלאַדעש, אומברענגענדיג כאטש 25 מענטשן און פארוואונדעט אסאך אנדערע, האבן באאמטע געזאגט. ווידיאס ארומגעשיקט  אויף סאשעל מידיאַ האבן געוויזן גרויסע פלאַמען ברענען דורך די 24-שטאקיגע געביידע, עף-אר-טאוערס. אונטן אויף די ערד, האבן בייוואוינערס דערציילט אַז עטליכע מענטשן זענען אראפגעפאלן, פרובירענדיג זיך אַראָפּצולאָזן דורכ'ן נוצן שטריק ביי די עק פון די געביידע.

אָפיציר כורשיד אַנוואַר פון די באַנגלאַדעש פייער סערוויס האט געזאגט אַז 21 פייעקלעשער יוניטס זענען ארויסגעשיקט געווארן צו באהאנדלען די פייער, וואָס איז ענדליך געברענגט געווארן אונטער קאָנטראָל שפּעט דאָנערשטאג נאָכמיטאָג. פון די 25 מענטשן וואס זענען געשטארבן, האט ער געזאָגט, זענען 19 געפונען געווארן אין דער געביידע אין די אָווענט. כאטש 70 אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן, און ער האט געווארנט אַז די צאָל טויטע קען זיך פאַרגרעסערן. די אורזאך פון די פייער איז נאָך דערווייל נישט באוואוסט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל