מער ווי 100 אימיגראַנטן זענען פארהאלטן געווארן, נאָכדעם וואס זיי האבן פארכאפט אַ טערקישע לאַסט שיף וואָס האט זיי געראטעוועט נעבן דעם ברעג פון ליביע. די שיף האט אנגעהויבן צו זינקן, האבן באאמטע געזאגט, ווען זיי זענען געהאלפן געווארן דורך אַ טערקישע שיף, די "על היבלו 1". אבער די רעטונג מיסיע האט זיך איבערגעטוישט צו אַ היידזשעקינג, נאָכדעם וואס די אימיגראַנטן האבן באמערקט אז זיי ווערן צוריקגעפירט קיין ליביע.

בערך זעקס מייל פון טריפּאָלי, האבן די אימיגראַנטן רעקאַמענדיד געצוויגען די 12-מענטשן מאַנשאַפט צו פארקירווען די וועג, צוריקצופארן קיין אייראָפּע. איטאַליע'ס אינערן מיניסטער, דער אַנטי אימיגראציע מאַטעאָ סאַלוויני, האט צוגעזאגט אז די אימיגראַנטן וועלן נישט ערלויבט ווערן אין איטאליע. "זיי זענען פּיראַטן", האט סאַלוויני געזאגט. "דער איינציגסטע וועג זיי וועלן קענען זעהן איטאליע, איז דורך אַ טעלעסקאָפּ..."

די שיף איז געזיצן עטליכע שטונדע אין די מיטללענדישע ים, און איז אפגעזאגט געווארן אריינגעלאזט צו ווערן דורך די רעגירונגען פון איטאליע און מאַלטאַ. באאמטע פון דער מאַלטאַ האבן זיך באוויזן צו פארבינדן מיט'ן קאַפּיטאַן, וואס האט געזאגט אז ער איז נישט אין קאָנטראָל פון די שיף און ווערט געצווינגען צו פארן צו מאַלטאַ. מאַלטישע באַוואָפענטע קרעפטן האבן ארויפגעשטיגן אויפ'ן שיף דאנערשטאג אין די פריע מארגן.

על היבלו 1
די על היבלו 1 שטייט געאנקערט ביי די מאַלטאַ ברעג

באריכט פון מאניס שעהר צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל