פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געעפנט א פרישע טוויטער אטאקע אויף דעם פארשטארבענעם סענאטאר דזשאן מ׳קעין איבער דעם וואס ער האט צוגעשיקט א דאסיער פון צווייפלהאפטיגע אינפארמאציע איבער פרעזידענט טראמפ צו די סי-איי-עי און אים באשולדיגט אין פארשפרייטן פאלשע אינפארמאציע. און אזוי אויך אים אראפגעריסן אז ער איז געווען ״די לעצטע אין זיין קלאס״ אין זיינע שולע יארן. דאס האט ארויסגערופן קריטיק פון די מ׳קעין פאמיליע און געוויסע רעפובליקאנער סענאטארן אריינגערעכנט לינדזי גרעהעם, וועלכער האט ארויסגעהויבן זיינע לייסטונגען אלס מיליטערמאן און סענאטאר, און אים אנגערופן ״איינע פון די געלונגענסטע געזעצגעבער אין אמעריקאנער היסטאריע״.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה