איין זעלנער איז אומגעקומען און נאך עטליכע זענען פארוואונדעט געווארן ווען א פאלעסטינער טעראריסט האט אטאקירט א מיליטערישער וואך-פונקט. דער טעראריסט האט צוערשט דערשטאכן דעם זעלנער און דאן אוועקגעכאפט דעם ביקס און געשאסן אויף פארבייפארנדע קארס, און פארכאפט איין קאר און געפארן צו א צווייטן וואך פונקט וואו ער האט געעפנט פייער אויף צוויי זעלנער וועלכע זענען פארוואונדעט געווארן, און דאן אנטלאפן צו א דערנעבנדיג פאלעסטינער דארף. אויטאריטעטן האבן געעפנט א מאסיווע זוך אקציע צו כאפן דעם טעראריסט, און האבן אידענטיפיצירט דעם זעלנער אלס דער 19 יעריגער גל גידן פון באר שבע, און צווישן די פארוואונדעטע איז געווען הרב אחיעד עטינגער פון דעם עלי זידלונג וואס איז ליידער אומגעקומען פון זיינע וואונדן, הי״ד.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל