צענדליגע בתי מדרשים און אידישע צענטערן אין ניו זילאנד זענען דעם פארגאנגענעם שב"ק געבליבן געשלאסן צוליב זיכערהייט זארגן, אין ליכט פון דעם טעראר אטאקע אויף א מוסלעמענער מעטשעט דעם פרייטאג. אזוי אויך האבן עטליכע אידישע שולעס געמאלדן אז זיי וועלן זיין פארשלאסן אין די קומענדיגע טעג, ביז עס ווערן אייגעשטעלט בעסערע זיכערהייטס מאנסאמען צו פארזיכערן די קינדער. א ווארטזאגער פאר די ארטיגע קהלות האט באטאנט אז עס איז דאס ערשטע מאל אין די היסטאריע פון ניו זילאנד וואס אלע אידישע בתי מדרשים זענען געווען געשלאסן איבער שבת.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל