ניו זילאנד – א יוגנטליכער אין אויסטראליע ווערט אויסגעלויבט אלס א העלד, פאר'ן דערלאנגען א רויע איי אין קאפ פון דעם ארטיגן עקסטרעם-רעכטן פאליטישאן פרעיסער אַנינג וועלכער האט זיך העסליך און ראסיסטיש אויסגעדרוקט נאך דער ניו זילאנד מעטשעטן שיסעריי. יענער פאליטישאן סטראשעט אנצוקלאגן דעם יוגנטליכן וויל קאַנאַלי, און צוליב דעם האבן אקטיוויסטן געגרינדעט א "גאו פאנד מי" קאמפיין צו העלפן דעם יוגנטליכן מיט לעגאלע קאסטן. אויפ'ן בלאט פון דעם "גאו פאנד מי" קאמפיין, וועלכע האט שוין אויפגעטריבן מער ווי 40 טויזנט דאלער, שטייט אז דאס געלט וועט גיין פאר "לעגאלע קאסטן און פאר נאך אייער"... דער יוגנטליכער, וועלכער ווערט באצייכנט אלס "אייער יונג", זאגט אבער אז ער וועט דאס געלט שענקען פאר די אטאקע געליטענע.


גענומען מיט רשות פון לוח היום

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל