אגודת ישראל, תורה ומסורה, און נאך עטליכע ארגאניזאציעס און ישיבות האבן אריינגעגעבן א פאראייניגטע אנקלאגע אין א געריכט אין אלבאני קעגן די ערציאונגס קאמישאנער פון ניו יארק מאריעלען עליע אן וועלכע זיי זאגן אז זי דיסקרימינירט קעגן ישיבות און פארלעצט די ציווילע רעכטן פון עלטערן מיט אירע פארשריפטן און רעגולאציעס וואס זי האט ארויפגעלייגט אויף די ישיבות איבער וויפיל אלגעמיינע לימודים מען מוז לערנען.
די ישיבות וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן אינעם קלאגע זענען מתיבתא רבי חיים בערלין, ישיבה תורה ועבודה, מתיבתא תפארת ירושלים, ישיבת רבי יעקב יוסף און ישיבת חתן סופר, און זיי ווייזן אן אז זיי געבן א גוטע ערציאונג און די תלמידים זענען באהאווענט גענוג מיט לימודי חול וואס פעלט זיך אויס, און די פארשריפטן פון די קאמישאנער זוכט צו ארויפצווינגען שעות וועלכע זענען אוממעגליך פאר א ישיבה מיט לימודי קודש.
דער קלאגע זאגט אויך אז די סטעיט טוט פארלעצן די קאנסטיטוציאנאלע רעכטן פון עלטערן צו באשליסן וואספארא סארט חינוך זיי ווילן פאר זייערע קינדער, און איז שוין די צווייטע קלאגע קעגן די נייע רעגולעציעס נאכדעם וואס דער פאראיין פון פריוואטע שולעס אין ניו יארק האט אויך אריינגעגעבן די וואך א קלאגע קעגן די נייע רעגולאציעס אין נאמען פון אירע 196 שולעס אין ניו יארק.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה