געוויסע אַראַבישע גרופּעס האבן פּלאַנירט ארויסצוקומען קעגן קלמן יעגער'ס באָראָ פארקער אָפיס צו פּראָטעסטירן באַמערקונגען געמאכט דורך די קאָונסעלמאַן אויף טוויטער.

די קאנטראווערסיע האט זיך אנגעהויבן ווען יעגער האט אנגערופן קאנגרעספרוי אָילהאַן אָמאַר אן אנטיסעמיט צוליב אין אנטי מדינת ישראל רעטאריק, און א לינקע דזשורנאליסטקע זעינאַב איקבאָל - וואס איז באוואוסט מיט איר טיפע האס צו אידן - האט אפגעשפעט פון יעגער, שרייבענדיג אויף טוויטער "דאָס איז די זעלבע קאונסיל מיטגליד וואס האט געזאגט אַז פּאַלעסטיניע עקסיסטירט נישט און רופט זיי 'אַזוי גערופענע פּאַלעסטינער'..." יעגער איז נישט שולדיג געבליבן, נאר צוריקגעשריבן - ווי שוין באריכטעט - "פּאַלעסטיניע עקסיסטירט נישט. יא, איך זאג עס נאכאמאל. אויך, אָילהאַן אָמאַר איז אן אנטיסעמיט. דאס האב איך אויך געזאגט."

דאס האט געברענגט א פלייץ פון פארדאמונגען פון אלע זייטן, אריינגערעכנט פון פילע קאלעגעס אין קאונסיל, וועלכע האבן געזאגט אז ער טוט דערמיט לייקענען די עקזיסטענץ פון א פאלעסטינער פאלק, און נעמט דעריבער אוועק זייערע רעכטן. מעיאר ביל דעבלאזיא האט געשריבן ״איך שטעל מיך קעגן יעדן איינעם וואס קלערט אז מדינת ישראל האט נישט די רעכט צו עקזיסטירן, אבער דאס זעלבע בין איך קעגן אזעלכע וואס זאגן אז פאלעסטינער האבן נישט קיין רעכטן״ געוויסע זענען געגאנגען ווייטער און פארלאנגען אז יעגער זאל אפגעזאגט ווערן פון זיין פאזיציע אויף די אימיגראציע קאמיטע אין סיטי קאנסיל, און דער ספיקער קאורי דזשאנסאן האט געזאגט אז עס ווערן אפגעהאלטן געשפרעכן איבער אזא שריט. ״ווען איינער לייקנט די עקזיסטענץ פון אן אנדער פאלק מעקט ער אויס זייערע רעכטן, איך ווייס נישט אויב ער האט א פלאץ אויף דעם קאמיטע״ האט דער ספיקער געזאגט.

די פּראָטעסט פלאנירער האבן געעפנט א קאלענדאר בלאט אויף סאשעל מידיא וואו יעדער קען מעלדן אויב זיי וועלן זיך באטייליגען, און 35 מענטשן האבן געענטפערט אז זיי קומען און מער ווי 230 געזאגט אז זיי זענען "אינטערעסירט", אָבער בלויז בערך 15 פּראָטעסטערס האבן זיך באוויזן, און זיך פאראייניגט מיט עטליכע נטורי קרתא פארשוינען. עס האבן זיך אויך צוזאמגעזאמעלט צענדליגע שטיצער פון יעגער און פון הייקינד - וואס נעמט זיך אן פאר יעגער'ס רעכט צו האבן א מיינונג - און היציגע רעטארישע אויסטוישן זענען פארגעקומען. יעגער איז נישט געווען אנוועזנד אין בארא פארק בשעת  די פראטעסט.



ווידיאס

ווארענונג: די ווידיאס זענען שווער צו זעהן, צוליב די מיאוסע ווערטער און היציגע רעטאריק, ווי אויך אינהאלטן זיי בילדער פון פרויען.





באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל