ווענעזועלע - דער אפאזיציע פירער און אפאזיציע פרעזידענט כואן גואידא האט נעכטן דערקערט פארנט פון צענדליגע טויזנטער פראטעסטירער אז ער וועט נעמען די נויטיגע שריט צו ברעכן די מיליטערישע בלאקאדע וואס ניקאלעס מאדורא האט געשטעלט פאר די אמעריקאנער הומאניטארישע ליפערונגען, זאגנדיג אז 300 טויזנט ווענעזועלער זענען אין א לעבנ'ס געפאר און דארפן האבן די הילף. ער האט געזאגט אז איבער 250 טויזנט וואלונטירן האבן זיך רעגיסטרירט צו העלפן פארטיילן די הילף. ער האט פארשפראכן אז ביז פעברואר 23 וועט ער פארזיכערן אז די בלקאדע ווערט אראפגענומען.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה