דייטשע באאמטע האבן באשטעטיגט אז זיי האבן ארעסטירט צוויי סיריער ״פליטים״ וועלכע האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין מערדערישע באאמטע אינעם אסאד רעזשים און האבן געפייניגט און אומגעברענגט הונדערטער רעזשים קעגנער. די צוויי זענען אנגעקומען קיין דייטשלאנד אין 2012 אלס פליטים, אבער זענען אידענטיפיצירט געווארן אלס הויכראנגיקע באאמטע אינעם טרויעריג בארימטער דשי-סי-די שפיאנאזש אגענטור וועלכע האט פארפיגט אויף די בארבארישע טורמעס און רציחות פון די אסאד רעזשים. די צוויי וועלן ווערן אנגעקלאגט מיט ״פארברעכנס קעגן די מענטשהייט״.

פראנצויזישע פּאָליציי האבן אויך היינט ארעסטירט אַ סירישע געוועזענער שפּיאָן אויף קלאגעס פון פארברעכנס קעגן די מענטשהייט


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל