דער טעקסאס סענאטאר טעד קרוז איז אויפגעקומען מיט אן ארגינעלע געדאנק צו לעזן דעם קאנפליקט אין וואשינגטאן איבער א גרעניץ וואנט. נעמליך, אנשטאט נוצן רעגירונג געלטער דערפאר, זאל דאס ווערן פינאנצירט פון די פארמעגנס וואס אמעריקע קאנפיסקירט פונעם ארכי-מערדער און דראג לארד על-טשאפאו.

על-טשאפאו איז נעכטן געפונען געווארן שולדיג איבער צענדליגע פארברעכנס, און שטייט אויס לעבנסלענגליכע טורמע. און האט דורכאויס די יארן פארדינט צענדליגע ביליאנען דאלער פון זיינע דראג פארקויפן. זיינע פארמעגנס ווערן געשאצט יעצט ביי ארום דרייצן ביליאן דאלער. קרוז זאגט אז מיט די געלט, און פון אנדערע דראג פארברעכער, קען מען פינאנצירן דעם גרעניץ וואנט אהן דעם וואס אמעריקאנער שטייער צאלער זאלן דארפן צאלן דערפאר.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל