נאך דריי חדשים פון עפנטליכע פארהערן און דעבאטעס פארנט פונעם געריכט, האט די דזשורי אינעם ברוקלינער געריכט הויז געפונען שולדיג דעם ארכי מערדער און דראג לארד על-טשאפאו גוזמאן אין צענדליגע קלאגעס פון דראג האנדל און מארד. על-טשאפאו ווערט באטראכט אלס איינער פון די שעדליכסטע און מערסט מאכטפולע פארברעכער אין די היסטאריע, און זיין פארמעגנס פון זיין דראג האנדל ווערט געשאצט ביי איבער הונדערט ביליאן דאלער. זיין דראג קארטעל האט געהאלטן פולשטענדיגע קאנטראל איבער קארופטירטע רעגירונג באאמטע און פאליציי אגענטורן.
דורכאויס זיין פראצעס זענען געהערט געווארן שוידערליכע עדות׳שאפטן פון זיינע געוועזענע קאלעגעס איבער זיין ברוטאלקייט און געשליפנקייט, און איבער די צוויי מאל וואס ער האט באוויזן זיך צו ארויסכאפן פון טורמע. ער שטייט אויס צענדליגע יארן אין טורמע, פאר ער ווערט צוריק אויסגעליפערט קיין מעקסיקא פאר אנדערע פארברעכנס.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה