אינדיע - כאטש 17 מענטשן זענען געשטארבן אין אַ דעלהי האָטעל פייער וואס האט אויסגעבראכן היינט צופרי, האט די פּאָליציי געזאגט. בייוואוינערס האבן געזאגט די טויטע האבן  אַריינגערעכנט אַ פרוי און אַ קינד וואס האבן פרובירט אראפצושפּרינגען פון אַ פענצטער. באאמטע האבן געזאגט אז 35 מענטשן זענען געראטעוועט געווארן. עטליכע זענען פארוואונדעט געווארן און זענען שוין גענומען געווארן צום שפּיטאָל.

ווידיאס רעקאָרדירט דורך בייוואוינערס ווייזן מענטשן אראפטאנצענדיג פון דעם געביידע - אין איינע פון זיי, קען אַ מענטש געזעהן ווערן הענגענדיג אויף די זייט פון די געביידע איידער ער טאנצט אראפ.






קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל