די ארגאניזירער פונעם פרעזידענטליכן איינשווערונגס צערעמאניע פאר פרעזידענט טראמפ האבן באקומען א סובפינע פון דעם ניו יארקער אטוירני זשענעראל, אז זיי זאלן איבערגעבן די ליסטעס פון פריוואטע ביישטייערער וועלכע האבן געגעבן געלט פאר׳ן איינשווערונג. דער ניו יארקער יוסטיץ דעפארטמענט פארשט מעגליכע קארופציע און געלט וואשעריי פון געוויסע ביישטייערער, און די מעגליכקייט אז געוויסע אויסלענדישע פילאנטראפן האבן אומלעגאל בייגעשטייערט.
דער איינשווערונגס קאמיטע האט אויפגעטריבן אן אסטראנאמישע סומע פון 106 מיליאן דאלער, דאפלט פון באראק אבאמא, און דער קאמיטע איז אנגעפירט געווארן דורך ריק געיטס, וועלכער קאאפערירט יעצט מיט פּראָקוראָרן איבער מעגליכע פארלעצונגען אין די פינאנציעלע רעגולאציעס. לויט געוויסע באריכטן, איז דער קאמיטע אויך א טייל פון דעם מוללער אויספארשונג וועלכע פארדעכטיגט אז רוסישע אליגראכן האבן בייגעשטייערט אויף צו באקומען צוטריט צו די אדמיניסטראציע.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה